יעקבזתבבל / די ״כמיעלניקער רעפובליק״ (תל־אביכ) קיץ פוילן בין איך אנגעקומען סוף יאר 1918, באלד נאך איר באפרײונג פון דייטשן שטױול׳ װען די ױנגע מדינה האט געמאכט אירע ערשטע שריט אויפן װעג צו איר זעלבשטענ־ דיקײט׳ נאך דורות פון אונטערדריקונג סײ פון דעם רוסישן סײ פון דעם דײטשן אקופאנט, דעמאלמ, אין די ערשטע טעג פון דערװאכונג פון אונזער באװעגונג, װעלכע איז ארויס פון רעװאלוציאנערער אונטערערד אויף דער פרײ, כדי אויסצורופן פרײהײט צו די באהאלטענע כוחות אינעם פאלק, זײ זאלן זיך מאביליזירן אין קאמף פאר אונזערע נאציאנאלע און םאציאלע פאדערונגען ; צװישן די װענט פון דער ערשטער לעגאלער קאנפערענץ פון פועלי־צױן׳ האט מיץ אויער דאס ערשטע מאל אויפגענומען דעם נאמען פץ שטעטל כמיעלניק, װאס ליגט אין די געגנטן פון ״מלך אבױנם גיטער״ דער נאמען פון דעם קלײנעם שטעטל איז אבער געװען באהאפטן מיט א קלינגנדיקן מאדנעם באגלײט: כמיעלגיקער רעפובליק. אין דעם ״צונאמען״ איז געװען עפעס פון דער דרײםטקײט און העזה פון יענע טעג. א מין ציטער־געפיל פון גרונטלעכע ענדערונגען אין לעבן פון דער געזעלשאפט און פון דעם פרט. צוערשט האב איך געמײנט, אז מחמת ביטול און חוזק איז אט דער ״צונאמען״ געגעבן געװארן דעם קלײנעם שטעטל• מיט מײן ערשטן באזוך אין כמיעלניק איז אבער דער חשש םארשװונדן.
כ׳האב זיך איבערצײגט, אז דער צונאמען האט זיך געהאט אויף װאס צו שטיצן . מיטן אויסברוך פון דער איבערקערעניש אין דײטשלאנד, װען די מיליטאריםטישע מאשין איז זיך פונאנדערגעפאלן און דעם קיױערס מיליטער האט פארלאזט פוילן געיאגט דורך פילםודםקים פוילישע לעגיאנערן, האבן זיך פארשפרײש קלאנגען׳ אז אין אלע שטעט םון דער פוילישער מדינה איז די מאכט איבערגעגאנגען אין די הענט פון ארבעטער און .אז א באפעל איז ארויס צום רעװאלוציאנערן לאגער אין אלע ערטער באלד צו פארכאפן די מאכט פון די משרתים־הינט פון פארפוילטן צאריזם, װעלכע האבן דורות־לאנג געפײניקט די פוילישע באפעלקערונג. אז די בשורה איז אנגעקומעז קיץ כמיעלניק׳ האבן זיך די חברים פון פועלי צױן צוגעאײלט מקײם צו זײן די מצװה. זײ האבן שנעל באהערשט אלע שטאט־ אינסטיטוציעם אץ פראקלאמירט א רעפובליקאנישע מאכט. לײדער האט די צײט גישט צוגעשסילט פאר דער כמיעלניקער רעפובליק. דעם שטעטל איז נישט באשערט געװען הנאה צו ד.אבן א לאנגע צײט םון רעװאלוציאנערער מאכט. פון קריױ־ שטאט איז שנעל אנגעקומען פאליצײ און צוריקגעשטעלט די ארדענונג.
פונדעסטװעגן איז עפעם געבליבן אין דער כמיעלניקער אטמאספער׳ עפעס האט ארויסגעשײנט פון דער נאך פאר־ נעפלטער צוקונפט און האט געפלאנצט די האפענונג אין הארץ אז גאנץ מעגלעך און מיר װעלן קומען צו א דויערהאפטיק־ שטאנדהאפטיקער רעװאלוציאנערער מאכט׳ אויב מיר װעלן װיסן אױםצונוצן דעם מאמענט און נישט לעבן אײנזאם און פארלאזט אין א פארװארפן װינקעלע.
די פועלי־צױן־מענטשן פון כמיעלניק האבן געהאט העזה און שװונג. האבן זײ דאך געהאט א נאציאנאל־סאציאלן אידעאל. זײ האבן זיך נישט באגנוגנט מיט סתם פאנטאזיעס׳ מענטשן פון טאט זענען זײ געװען. נישט אײן מאל האב איך באזוכש דאם שטעטל און יעדעס מאל האב איך מער און מער געזען פון דער נאענט די אלזײטיקע און פארצװײגטע טעטיקײט פון פועלי צױן. ם׳איז מיר קלאר געװארן׳ אז נישט בחינם האבן די מאסן זײ געשאנקן צוטרוי און זיך באצויגן פאזיטױו צו זײער איניציאטױו. פון דעם פאלק זענען זײ ארוים און צװישן פאלק זענען זײ געזעםן. זײ האבן גוט געקענט זײנע נויטן און צוגעהערט זיך צו זײנע פארלאנגען, דעריבער האט זיך זײער ענערגישע טעטיקײט געפילט אויף אלע לעבנס־ געביטן: אין פראפ׳ םארײנען, זײ האבן אויפגעשטעלט שולן פאר ײדישע קינדער׳ אײנגעארדנט אװנט־קורסן פאר דער־ װאקםענע׳ װעלכע האבן אין זײער קינדהײט נישט געקענט באזוכן קײן שולן. פועלי־צױן האבן געגרינדעט א ביבליאטעק פון ײדישע און פוילישע ביכער, זײער אפט אײנגעארדנט פארלעזונגען פון רעפערענטן פון דער הויפט־שטאט אויף געזעלשאפטלעכע׳ קולטורעלע׳ פאליטישע און ליטערארישע טעמעם. מאםן זענען געקומען צו די רעפעראטן און אנגעפילט די זאלן•
גרויס איז געװען די װירקונג פון פועלי צױן אויף די ארבעטער׳ הארעפאשניקעס און קלײנהענדלער אץ כמיעלניק. דאם איז נישט איץ מאל געקומען צום אויםדרוק בעת די װאלן צום שטאטראט און צום םײם. די פועלי־צױן־רשימה האט באקומען מער שטימען װי אלע אנדערע ײדישע ליםטעס צוזאמען. געװען א פאל װען די פועלי־צױן־ליםטע צום שטאט־ ראט האט דערגרײכט מער מאנדאטן װי די צאל קאנדידאטן• בערך 500 שטימען האט זײער רשימה צוזאמענגענומען יעדעס מאל׳ און דערמיט אונטערגעשטראכן די שטאנדהאפטיקײש פון זײערע טרײע אונטערשטיצער. די פועלי־צױן־פארשטײער אץ שטאטראט האבן מיט ענערגיע