175 פנקם כמיעלביק 176 פארטײדיקט זײערע גערעכטע פאדערונגען און אדאנק זײער מי זענען צעטײלט געװארן פארשידענע פראדוקטן פאר דער ארעמער באפעלקערונג, םפעציעל װיגטער. כדאי צו דערמאנען זײער פאדערונג צו פארעפנטלעכן שטאטראט־באקאנטמאכונגען אין ײדיש, אין דער פארשטענדלעכער שפראך פאר די ײדישע אײנװוינער. אדאנק זײער אקטױויטעט און װאכזאמקײט איז צו די כמיעלניקער פועלי צױן איבערגעגעבן געװארן די אויפזיכט און אנפירוגג מיט דער פארטײאישער טעטיקײט אין א רײ שכנותדיקע שטעטלעך. פון כמיעלניק זײנען ארוים שליחים צו פארשפרײטן דאם רוארט פון דער פארטײ אין דעם גאנצן פאװיאט — קײן סטאשעװ, בוםק, קלימענטאװ, סטאפניץ׳ פינטשעװ, און אפילו קיץ קעלץ. זײער טעטיקײט האט אויך דארט געהאט דערפאלג. כ׳געדענק גוט די פאמיליע פרידמאן מיט יעקל אין דער שפיץ, מוטיקע און דרײסטע בחורים, װאם האבן טאג און נאכט אומדערמידלעך געארבעט און אויפגעשטעלט א מחנה אקטי־ װיםטן אין דעם שטעטל. אומעטום האט זיך געפילט זײעי• האנט. זײער איבערגעגעבגקײט איז געװען אן גרענעץ.
כ׳װעל קײנמאל גישט פארגעסן מײן רײזע פון דער קרײז־ שטאט קעלץ קײן כמיעלניק, א מהלך פון 32 קילאמעטער. בײ דער באן־םטאציע האבן אויף מיר געװארט עטלעכע דברים־פורמאנעם, װעלכע האבן געהאט מיט זיך מאנטלען און פוטערס, כדי מיך אויםהיטן פון קעלט און שנײ־שטורעם. אינדעראמתן איז דאס לגמרי נישט נויטיק געװען, װײל די חברישע װארעמקײט האט גובר־געװען דעם װינט און דעם פראםט און נאך א פאר לחײמם איז דער װעג גיך אדורך מיט דערצײלונגען און באריכטן מכוח דעם לעבן פון דער פארטײ אין לאנד און אין דער װעלט, און בעיקר װעגן די נאענטסטע פלענער װאס די חברים האלטן בײם רעאליזירן. די חברים בירך גארליצקי, אליהו קלארמאן׳ נחמיה םאמבורםקי זענען געװען א מוםטער גישט בלויז פאר כמיעל־ גיקער חברים. זײערע געמען זעגען דערגאגגען ביז צו דעי־ צענטראלע און נישט אײן מאל האט די צענטראלע זיך באנוצט מיט זײער דערפארונג און ענערגיע לטובת דער ארבעט אויך אין אנדערע קרײזן.
מיט טאפלטער ענערגיע האבן כמיעלגיקער פוע״צ געארבעמ םארן ארבעטנדיקן ארץ־ישראל. כ׳דערמאן זיך די מאסן־ פארזאמלונגען אין דעם שטעטל קעגן פארמאכן די טויערן פון ארץ ישראל פאר עולים. די ״געשעעגישן״ אין לאנד האבן געהאט א שטארקן אפקלאנג אין דער פוילישער פארמײ׳ און כמיעלניק האט געװוסט צו ארגאניזירן מאסן־אקאדעמיעס אויפצוקלערן דעם ענין און צו מאביליזירן דעם װילן פאר חלוצישע מעשים. אין דעם ארבעטם־ױם־טוב — אין 1־טן מאי, — זענען אײנגעארדנט געװארן פאליטישע פארזאמלונגען. די רעדנער האבן פארשטאנען ארײנצופלעכטן אין דעם אלגעמײנעם קאמפס־פלאטפארם פון אינטערנאציאנאלן ארבעטער אויך די םפעציפישע פאדערונגען פון ײדישן ארבעטער. דער פראפ׳ פארײן פון לעדער־ארבעטער, שנײדערם און שוםטערס האט זיך געראנגלט גישט בלויז מיטן ארבעטס־ געבער. אפט איז אויך אויםגעקומען צו קעמפן קעגן די אינטריגעס פון די צענטראלעם אין װארשע, אין װעלכע די מערהײט האט געהערט צום ״בונד״. די פועלי צױן אין כמיעלניק האבן אבער נישט געלאזט פארטושן זײער אידעאישן פרצוף, זײ האבן געהיטן די פראלעטארישע סאלידאריטעט, בולט אונטערשטרײכנדיק דעם ספעציפישן ארץ־ישראלדיקן מאמענט.
אין פארשידענע לענדער האב איך זיך אנגעטראפן אויף כמיעלניקער עמיגראנטן און געפונען זײ װײטער טרײ זײערע ױגנט־אידעאלן, געטראפן װי זײ זענען ממשיך אין נײע באדינגונגען זײער אלטער טעטיקײמ. בײ מײנע לעצטע באזוכן אין פוילן — נאך דער אויפ־ ראטונג־תקופה — האב איך נישט געהאט גענוג מוט צו באזוכן אין א סך באקאנטע ערטער, װו ם׳איז קײן זכר פון קײן ײד נישט געבליבן. כ׳האב דעריבער אויך כמיעלניק נישט באזוכט. דעם אנדענק פון מײנע חברים און פרײנט׳ טרײע איבער־ געגעבענע פאר אונזער געמײנזאמען אידעאל, װעל איך אבער קײנמאל נישט פארגעסן. זײ האבן מיט זײער לעבן און זײערע מעשים םימבאליזירט די באהאלטענע ל״ו־גיקעם און פון שטענדיק אן האט די װעלט זיך אנגעשפארט אויף זײ. אין פלוג בלויז ״האלצהעקער און װאםערטרעגער״, װאם האבן ארויסגעשפראצט פון א הפקרדיקן און פארלאזענעם באדן אן אויפזיכט און דערצויגן כמעט אן לערנען און בילדונג, האבן זײ ארײנגעזאפט אין זײערע נשמות אײדעלע פאלקס־קולטיר׳ .א שטארק געפיל פאר ױשר און גערעכטיקײט, אינערלעכן דראנג פארן גוטן און שײנעם, נישט אויסשעפלעכער מאראלישער כוח ; זײ האבן געװוסט צו שטײן אויף דער זײט פון דעם געיאגטן און עקםפלאאטירטן מיט אד אינםטיקטױוער פעאיקײט צו גלויבן אן א גרענעץ אין א װעלט פון גליק פאר אלעמען.
מ׳האט די מענטשן נישט געמאכט קײן ױבל־באנקעטן, זײ האבן נישט געפײערט קײן דאטעם פון זײער לעבן, זײ האבן אבער געהערט צו אט יענעם פערמענט, װאס האט אויפגעברויזט די ײדישע גאם אין פוילן. כבוד און לויב זײער אנדענק.