Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 98
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-926

187 פבקם כמיעלניק 183 גארבערײען און די ביר־ברױערײ זעבען געװען בײ דעם טײכל׳ וױיל די שמוץ האט געמוזט אװעק מיטן װאסער. םיל פון די גבירים האבן געשיקט זײערע קינדער שטודידן אין די גרעםערע שטעט ז פון די גבירים זעגען טײל געװארן ארעמע מענטשן. מיט דער צײט זענען כמעט אלע באלעגאלעס אונטער־ געגאנגען. ם׳זענען אגגעקומען אויטאם׳ טאקסעם. זעלטן װי מען האט געזען דעם כאראקטעריםטישן באלעגאלע מיט זײן רויט פנים און צעפלאשעטע בארד. אין מיטן מארק איז אויפגעשטעלט געװארן א מאדערנע אויטאבוםן־םטאגציע מיט עלעקטרישער באלײכטונג און ם׳זענען אדורכגעפארן פיל טאקסעם׳ אויטאם׳ לאםט־װאגנם. דאם שטעטל האט אײנציק־ װײז ליקװידירט די נאפט־לאמפן. די בעגזין־םטאציעם זענען שוין געװען באלױכטן. אז ס׳איז געעפנט געװארן א קינא׳ איז די רעקלאמע געװען שטארק באלויכטן מיט רויטע, בלאע לעמפלעך. דאס קלײנע שטעטל כמיעלניק האט ביםלעכװײז אנגעהויבן צו װערן גרעסער מיט א מעגלעכקײט פון א גרעסערע שטאט. צײטונגען זענען אנגעקומען דעם זעלבן טאג׳ נישט װי אמאל יעדן פערטן׳ פיגפטן טאג.

passage_6453e3178cc34aede82043ec
Passage 2normalized OCR · source chars 928-2005

אזוי האבן געלעבט די ײדן אין דעם טאליקן שטעטל כמיעלניק אין משך פון הוגדערטער יארן זיגט די צײטן פון דעם אטאמאן כמיעלניצקי ביז דעם צורר היטלער. געיאגט פון מזרח׳ געיאגט פון מערב׳ שװערע צײטן אדורכגעמאכט׳ מלחמות׳ קאזאקן, פאגראמען׳ װו מען האט געהאנגען דרײ אומשולדיקע ײדן אויפן טויער פון דעם אנטיסעמיטישן רעיענט׳ וװ פאליאקן האבן געשאםן צוױי אומשולדיקע מײדלעך׳ די טאכטער פון חײם קצב און די באאמטע אין שטאטישן מאגיםטראט׳ די טאכטער פון יחיאל שרײבער. אפט האבן אויך ארײנגעבליצט בליצן פון פרײד אין שטעטל. װען די ױגנט האט שפאצירט אויפן שידלאװער װעג׳ האט מען געהערט פרײלעכע געזאנגען. ארבעטער־לידער׳ צױן־לידער. אפט איז געקומען א טעאטער פון װארשע׳ װי די טורקאװס טרופע, אדער פאעטן׳ שרײבער, װאם האבן געהאלטן פארלעזונגען אין פײערלעשער־זאל. די ױגנט האט זיך פארזאמלט׳ מערסטנם אין די פארטײ־לאקאלן. זײ האבן זיך פארליבט׳ געשװוירן אײביקע ליבע בײ דעם ריזיקן שלאנקן ראמאנטישן דעמבאװן בוים, װאס האט געװאקםן אפשר טויזנט יאר הינטער דער שטאט׳ נעבן דער קאלעיקע• אן אײנזאמער בוים, מען האט אים נישט געטארט צעהאקן׳ וױיל עם האט געהאנגען אויף אים די איקאנע פון דער ״הײליקער מאריא״. אבער פוגקט פאר דער אויםראטונג פון

passage_7cfcc2047f6184a668751764
Passage 3normalized OCR · source chars 2007-2687

די שטעטלדיקע ײדן איז דער בוים אלײן אומגעפאלן פון א שטארקן גאכט־שטורעם׳ װי א םימבאל אויף דעם שטעטל־ דיקן חורבן. װינטערם זענען אדורך מיט טיפע שנײען. איבער די שאםײען האט מען געהערט די גליקלעכע קלאנגען פון די שליטנם, װאם האבן שטיל געםקריפעט אין שנײ׳ װי פון װײטנס האבן געשײנט ברילאנטענע שנײ־שטערנדלעך. קינדער האבן זיך דערצײלט מעשױת׳ לעגענדעם װעגן מכשפות, אז נעבן דער שטאטישער שול םטראשעט, און אז נאך צװעלף א זײגער איז א סכנה אדורכצוגײן דאס שול־געסל. יעדעס קיגד האט געװוםט, אז מרדכי קוגל װאס האט געװוינט נעבן אלטן בית־עולם האט צו פארקויפן קמעות קעגן שלעכטע חלומות, און אז דער שטאט־רב האט א שליטה איבער די בײזע רוחות, װען ער גײט דרײ מאל אדורך די שול־גאם מיט זיץ שמש און זײן לאנגן שטעקן.

passage_735d8c204410241f687dcacf
Passage 4normalized OCR · source chars 2689-3962

פרײד האט אויפגעשײנט װען דער פרילינג איז געקומען. נאך פורים האט מען זיך געגרײט צו באקן מצות. קינדער האבן זיך געשפילט פאר יעדער טיר מיט ניםלעך, מעו האט געלופטערט אלץ אין שטוב׳ מען האט געקאלכט די נידעריקע הײזקעם, געמאלעװעט די שטיבן — אלץ צוליב פםח. מלמדים זענען געקומען צו די שטאט־באלעבאטים זײ זאלן אנדינגען בײ די זײערע קינדער, עם האט געשמעקט מיט פרילינג. די קאשטאן־בײמער האבן צעשפרײט זײערע קאגדעלאברעם װײםע בליעכץ, עם האט געבליט דער בעז, יאשמין אין מאלינאװםקים גארטן. מען האט געהערט דאם שטילע בילן פון גלח׳ס הונט, מען האט געהערט דאם מעלאנכאלישע מעקן פון די קי אויף די שטאטישע לאנקעם, מען האט געהערט עכאם פון די מאי־געזאנגען אויף די פעלדער. און שטיל איז געװען דאם םעגטימענטאלע קװאקן פון די זשאבעם אין די אװנטן. און טרויעריק זענען געװען די גרילן־געזאנגען פון די שטאטישע בעקערײען. אין אסיען זענען געפאלן די גינ־ גאלדענע בלעטער, פון די קעלערם האט געשמעקט מיט דעס ריח פון עפל, בארנעם. דא האט לײביש קאטעריגיאזש געהאלטן אויבסטן אויף דעם װינטער. מען האט געגרײט צו מאכן טאפעלע פענצטער מיט ארײנפאקן װאלד־מעך, ם׳זאל נישט ארײן קײן װינט אדער שנײ ן מען האט געהערט דאם רוישן פון טויזנטער גענדז אין די ״פאשארניעס״ן חנוכה האט מען אויסגעלאזט שמאלץ אויף פםח. יא״ אזוי האבן געלעבט די ײדן אין כמיעלניק הוגדערטער יארן ביז עס זענען געקומען די מערדערישע דײטשן און אלץ צעשמעטערט, פארניכטעט, אפגעמעקט.

passage_ddb76bdffcca3e5dee18f477