מיטן איינשטעלן זיך פונם נארמאלן געזעלשאפטלעכן לעבן אין דאוויד"האראדאק האבן אנגעהויבן טעטיק זיין די פאליטישע פארטייען אין שטעטל. די ערשטע. וועלכע האבן באנייט זייער טעטיקייט זענען געווען די אלגעמיינע ציוניסטן און די צעירי-ציון. דאס זענען געווען די צוויי הוייפט-פארטייען אין שטעטל אין פארלויף פון דער גאנצער צייט פון צווישן די צווי וועלט-מלחמות. זיי ביידע זענען געווען די איינפלוסרייכסטע, אין צאל חברים די גרעסטע און אין טעטיקייט די אקטיווסטע.
די אלגעמיינע ציוניסטן, באנייענדיק זייער טעטיקייט, האבן זיך מיט ברען אריינגעווארפן אין א פארצווייגטער אויפקלערונגס-ארבעט. זיי זענען געווען טעטיק אין קרן-היסוד, קרן-קיימת, זיי האבן פונדאסניי דערעפנט זייער ביבליאטעק,. וועלכע איז אין די צייטן פון פויליש- באלשעוויסטישן קריג געווען ניט טעטיק, זיי האבן אפגעהאלטן אפטע פארזאמלונגען און רעפעראטן, זיי האבן מיטגעהאלפן צו דער אנטשטייונג פון דער ,תרבות"-שולע אין דאוויד- האראדאק און שפעטער אויך געגרינדעט זייער יוגנט באוועגונג ,השומר הלאומי" (דערנאך ,הנוער הציוני"). די אלגעמיינע ציוניסטן האבן אקטיוו אנטיילגענומען אין די פארשיידענע וואל"קאמפאניעס אין שטעטל, ווי: וואלן צום סיים, שטאט-ראט וואלן, קהילה-וואלן, וואלן צו די ציוניסטישע קאנגרעסן א.א.וו. א געוויסע צייט איז אויך געוועז אין שטעטל א קבוץ- הכשרה פון ,הנוער הציוני". דאס זענען געווען יוגנטלעכע פון ,הנוער הציוני ניט קיין דאוויד- האראדאקער. וועלכע האבן זייער הכשרה-צייט געדארפט דורכמאכן אין דאוויד-האראדאק. דער דאזיקער קבוץ-הכשרה האט אבער ניט עקזיסטירט קיין לאנגע צייט -- בלויז איין יאר - 4 -- צוליב דעם, וואס ס'איז געווען א מאנגל פון ארבעט אין שטעטל. די יוגנטלעכע פון ל
ועד"הסניף של מפלגת ,פועלי-ציון (צ.ס.)* בדוידיהורודוק -- שנת 1927 פארטיי"קאמיטעט פון ,פועלי-ציון (צ.ס.) אין דאוויד"האראדאק -- יאר 1927 יהשבים :.(מ"מ7 02 מאלוי ו יזזיים לנסקי, 2. ברוד סלומלאנמקי -5.- יוסף ליפיץ, -5. ייצחק-לייבי וזגר,:5<משיר ליפעותק; 6 ירחמיא? רימאר: עומדים : 31 ישה כג 2. יעקב אלפינר. 1-08