Original scan
Original memorial-book scan 379
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-959

ארויפגעלייגט ווערן. צ.ס. האט טאקע ווירקלעך אנטוויקעלט א שיינע. ברייט-פארצווייגטע טעטיקייט אולף אלע געביטן פון געזעלשאפטלעכן לעבן. צ.ס. האט מיט גרויס דערפאלג דורכגעפירט די געצייג קאמפאניע אין דאוויד"-האראדאק. דאס איז געווען די ערשטע גרויסע, דעמאנסטראציע פארן ארבעטנדן ארץ-ישראל און אלע האבן מיט פרייד געגעבן געצייג פאר די ארץ-ישראל ארבעטער. א ספעציעל אויסגעטיילטע קאמיסיע פון צ.ס. האט זיך פארנומען מיט געבן הילף די חלוצים, וואס זענען געקומען פון ראטן-רוסלאנד. לויט דער איניציאטיוו פון צ.ס. איז באנייט געווארן די טעטיקייט פון יתומים-קאמיטעט. צ.ס. האט אין יאר 1923 געגרינדעט אין דאוויד-האראדאק דעם ,החלוץ" און אין יאר 1924 איז געגרינדעט געווארן דער קיבוץ-הכשרה אין ליסאוויטש. אין יאר 1925 האט פוע"צ (צ.ס.) געגרינדעט א ביבליאטעק א.נ. פון י. ל. פרץ, וועלכע האט זיך זייער גוט אנטוויקלט הן אין דער צאל ווערטפולע ביכער און הן אין דער צאל לעזער. אין די לעצטע פאר יאר פון פאר דער צוייטער וועלט-מלחמה, איז דאס געווען די איינציק אפענע און טעטיקע ביבליאטעק אין שטעטל.

passage_c7846181b157e6cc2c70c804
Passage 2normalized OCR · source chars 961-1517

הועד הראשון של ,פרייהייט" בדוידיהורודוק -- שנת 1926 דער ערשטער *פרייהייט*-קאמיטעט אין דאוויד"האראדאק -- יאר 1926 ימפבים > (שורה. .אי מימיך יל מקהלל.. זירתי מגידוב 2 יציק 2נסקק (שורה ב%):1. שמואל ציצייק,- .2 יוסףי יליפטיץ, .5 ינד צפורין: עומדים : רחל צפורין, 2. חנן גוטליב, 5. צבי דורציין, 4. משה-אהרן אלפינר. די יוגנט ארגאניזאציע פון פוע"צ (צ.ס.) ,פרייהייט", וועלכע איז דורך דער פארטיי געגרינדעט געווארן אין יאר 1926 האט אנטוויקלט א שיינע דערציאונגס-ארבעט צווישן דער יוגנט, געהאלפן זי צו לערנען פאכן, גלייכצייטיק געבראכט צו דער עליה פון פיל יוגנטלעכע. 20

passage_ffd8bc538acf6f46ffbecefd