Original scan
Original memorial-book scan 496
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1147

צביה קראוס (ציפארין) זיל (צו שבעה) אין יאר 1923, האב איך און אפאר פאראינטערעסירטע עלטערן און ארטיקע ציוניסטישע עסקנים אנטייל גענומען אין דער גרינדונג (שפעטער אויך אין דער לייטונג) פון דער ,תרבות*- שול אין דאוויד"האראדאק. געדענק איך זייער גענוי, ווי ביי דער תלמידים-רעגיסטראציע איז דערשינען אן הויך- געוויקסיג יונגע מיידל, ספק, אליין אקאנדידאטין פאר דער שול אדער צו פארשרייבן עמיצן, יינגער פון זיך. שעמעוודיק האט זי אנגעגעבן די געפאדערטע איינצלהייטן -- צביה ציפארין, 1 יאר אלט... צוערשט איז דער לערער פערסאנאל געווען מיט דער מיינונג, אז איר הויך (מיט וועלכן זי האט איבערגעשטיגן אלע תלמידים) שטערט איר און דאס איז די סבה פון איר שעמעוודיקער צוריקגעהאלטנקייט. אבער שוין ביי אירע ערשטע טריט אין שול, האבן מיר באקומען דעם איינדרוק אז דאס איז אירע א פאזיטיווע און נאטירלעכע אייגנשאפט. די און פיל אנדערע מעלות, מיט וועלכע צביה איז געווען געבענטשט, האבן מיטגעהאלפן אז זי זאל שנעל דערווערבן א זיכערע פאזיציע אין דעם לעבן פון שול און ווערן באליבט ביי אירע חבר'טעס, חברים און לערער. זייענדיק שטענדיק פלייסיק, זויבער, פינקטלעך, קארעקט און פאראנטווארטליך, איז איר ניט שווער געווען צו געפינען חן ביי אנדערע און אנהאלטן ביי זיי אווארעמען און אנגענעמן אנדענק.

passage_e2f2f655fd12af89866cd111
Passage 2normalized OCR · source chars 1149-2186

צוליב דער ניט-שטענדיק באפרידעגענדער מאטעריעלער לאגע אין היז, איז איר, ליידער, ניט באשערט געווען צו לערנען רואיק און אומגעשטערט. ס'איז איר פארשאפט געווארן אסך עגמת-נפש. אבער אירע פאזיטיווע כאראקטער שטריכן זענען געבליבן אומדערשיטערט ; פארקערט, זיי זענען געווארן פעסטער און געלייטערטער און באקומען, מיט די יארן, נאך מער חן... שפעטער, ווען זי האט אין דער זעלבער שול דערפילט די פונקציע פון א געהילפס-גננת, האט איר צערטליכקייט און זארג פאר די קינדער ארויסגערופן ביי זיי צוגעבונדענקייט, אנזען און דאנקבארקייט ביי די עלטערן און אפאזיטיווע אפשאצונג ביי דער פארוואלטונג. ווען כ'האב, מיט יארן שפעטער, געטראפן צביהן אין ארץ-ישראל, אלס פרוי קראוס, האב איך מיט צופרידנהייט געקענט פעסטשטעלן די אמאליקע ריכטיקע אפשאצונג און באווונדערן די אומענדלאכע צערטלעכקייט, דאגה און ליבע מיט וועלכע זי האט ארומגע- רינגעלט איר מאן און אירע שוואכע עלטערן. זי האט קיינמאל קיינעם ניט פארגעסן. שטענדיק געדענקט יעדע טובה וואס עמיצער האט איר געטאן. אנ'האלבע ארבעט האט צביה ניט ליב געהאט. אויב טאן עפעס, איז ווי ס'באדארף צו זיין... אויב העלפן -- איז מיט לייב און לעבז...

passage_ca67dfcae77e2fccc684f722
Passage 3normalized OCR · source chars 2188-2656

ווער ווייס אויב ניט אט די, דורך אלעמען געשעצטע, אייגנשאפטן, האבן איר געזונט אונטערגעגראבן, ביז דעם ביטערן סוף, וועלכער איז -- פאר איר און פאר אונז אלעמעז -- אזוי פריצייטיק און פלוצלונג געקומעז. און אויף אייביק איז אויסגעלאשן געווארן דאס העל-שטראלענדע ליכט פון די טונקעלע אויגן. ת 1 כ ב יה: ראובן מישאלאוו חיפה, ו' אדר א', תשי"ז (7.2.57) באמערקונג: צוליב דעם וואס דער העברייאישער טייל פון בוך איז שוין געווען געשלאסן, זענען די אנדעקונגס-ווערטער געשריבן אין יידיש. 7

passage_269fa8192a708848446d10f3