Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 104
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1287

100 דרא ה יט שין דאס מײדל האט נישט געװאלט עפענען די טיר האבן די מיליציאנטן געמוזט איר אויפברעכן — דער גאנצער צימער איז געװען יפארלײגט ביזן סופיט מיט װײץ. אין יענער צײט, װען ם׳איז שװער געװען צו קריגן א יפו דקארן פאר געלט, האט אזא מין םקלאד מיט תבואה געהײסן אן אונשעצבארער אוצר. דער קאמיטעט האט קאנפיסקירט 22 זעקל װײץ, װעלכע זענען אײנגעשאצט געװארן אין 1250 רובל, װאם האט געדעקט די 1000 רובל שטײער, װי אויך 150 רובל שטראף פאר אויסברעכן דעם אײגענעם פענצטער, און 100 רובל שטראף פאר מאכן א םומאטאכ און שטערן די עפנטלעכע רו. די װײץ האט דער קאמיטעט פארקויפט צו די ײדן פון שטעטל צו באקן מצות אויף פסח. כאראקטעריסטיש איז אויך דער פאל װאס האט פאסירט מיט הערשל פאפינסקי. װען היערשל יהאט גענומען אפבויען זײן הויז, האט ער על פי טעות, מסיתמא, פארנומען עטליכע מעטער פלאץ פון דער אלמנת ציפה בודער. די בהדערם האבן אראפגעבראכט אויפן פלאץ דעם רב, װעלכער האט, נאטירלאך, גע׳פסק׳נט לטובת די בודערם. אבער די ארבעטער פון הערשלען האבן נישט געװאלט אפשטעלן די ארבעט. האט דער רב געשיקט נאך דער יידישער מיליץ און די מיליץ האט די ארבעט אפגעשטעלט. בלית ברירה, האט הערשל געמוזט באצאלן פאר דעם פארנומענעם שטיק פלאץ.

passage_fa64efd4213a116732468196
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1289-2389

אײנמאל ׳ א בײנאכט ׳ שיקט מיך דער רב רופן . בײם רב אין שטוב האב איך געטראפן בערל זבאר ׳ װעלכער האט דערצײלט ׳ אז א באנדע באלאכאװצע ס האב ן זיך ארײנגעריסן אין שמואל ױדל פיאםעצקי׳ ס הויז (יזבאר האט דארט אויך געװאוינט) און פאדערן מען זאל זיי צושטעלן פרויען ׳ צוקער א.א.ז. ׳ אז נישט װעלן זיי פאגראמיר ן דאם שטעטל . איך האב .מאמענטאל ארגאניזירט א גרופע יפו ן זעלבסט־ שוץ ׳ װאם האט לע ם קלויםטער ׳ אין א באהעלטעניש ׳ אפגע־ װארט די אנקומענדיקע טיװולאנים . אזוי גיך װי די רײטנדיקע באלאכאװצע ס זײנען צוגעקומען צום קלויםטער זײנען זיי געװארן פון די ײדישע בחורים ארזמגערינגלט און ענטװאפנט . די באנדע יבאלאבאװצע ס זײנען געהאלטן געװ^־ ן פארשפארט א גאנצע נאכט אין קלויםטער און אויפ מארגן פרי האט מען זײ משלח געװען װי אפגעשמיסענע אויפן װעג צו פינסק צו . אין קורצן גאכדעם ׳ װען די דײטשן יהאב ן פארלאזט דראהי־ טשין ׳ האב ן אנגעהויבן אנקומען צוריק די פויערים פון די ארומיקע דערפער ׳ װאם זײנען געהאט אנטלאפן קײן רוםלאנד . דאם צוריקקומען פון די פויערים האט געשאפן א פראבלעם פאר פיל ײדן פון שטעטל .

passage_ba78e95285d0433110478c5f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2391-3660

װי באיואוס ט האב ן די דייטש ן צענומע ן די לײדיק ע פויערישע הײזער או ן שייער ן או ן דאם געהיל ץ אויסגעלײג ט אוי ף ד י בלאטיק ע װעגן. פיל ײדן פו ן שטעטל ׳נשרפים׳ האב ן אויסגענוצ ט די דאזיק ע לאגע. אײדע ר ד י דײטש ן זאל ן צעשטער ן ד י הײזער׳ האב ן ז ײ אריבערגעפיר ט או ן אויפגעשטעל ט די פויערישע הײזער אוי ף זייערע פלעצער. די צוריקגעקומענ ע פויערי ם האב ן געמאנ ט צורי ק זײער ע היתער. דע ר לאסינצע ר פריץ׳ א שונא ישראל׳ יהא ט צוזאמענגערופ ן א פארזאמלונ ג פו ן ד י פויערי ם או ן יהא ט ז ײ אונ־טערגעהעצ ט צ ו מאכ ן א פאגרא ם אי ן שטעטל. ד י לאג ע אי ן שטעט ל אי ז פו ן טא ג צ ו ט^: געװאר ן געשפאנטע ר או ן מע ן הא ט זי ך געשראק ן פא ר ערנסט ע קאנסעקװענצן. אוי ף א ן אויםערארדנטלעכער פארזאמלונ ג פו ן אל ע ײד ן פו ן שטעט ל אי ז באשלאם ן געװארן׳ א ז ד י אל ע ײדן׳ צ ו װעמע ן ד י גוי ם האב ן טענות׳ זאל ן אדורכקומע ן מי ט ד י גוי ם או ן יבאצאל ן ז ײ פא ר ד י הײזער. בכלל׳ זא ל מע ן װ י װײ ט מעגלע ך אויסמײד ן צוזאמענשטוים ן מי ט ד י אויפגערײצט ע פויערים. אוי ב א פויע ר װע ט זי ך דערלויב ן צ ו נעמע ן קלײניקײט ן אי ן א ײדישע ר קרא ם או ן ני ט װעל ן באצאל ן זא ל מע ן אי ם לאזן. סײד ן ע ס װע ט אננעמע ן א ן ערנםט ע פאר ם פו ן א פאגראם׳ דא ן זא ל דע ר זעלבסט־שו ץ אינטערװיניר ן מי ט קראפט. ע ס אי ז אבע ר צ ו דע ם ניש ט געקומען.

passage_68f7916a12cf5c724b554a3f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3662-4625

א קלײנער אינצידענט איז פארגעקומען אין יאסל שינדערם קראם. אײניקע פויערים האבן אנגענומען זאלץ ׳ זשעגאכץ א.א. ארטיקלען און האבן ניט געוואלט באצאלן. איז יאסעלם פרוי׳ חיה לאה׳ ארויסגעלאפן אויפן גאס מיט א געוואלד. מאמענטאל זײנען אנגעלאפן אויפן סצענע דוד אײזענשטײן׳ חײם לעװ׳ יודל טראשינםקי וזנא. פון דער זעלבסיט־שוץ. די גוים׳ דער־ זעענדיק די ביקסן אויף די בחור׳שע אקסלען׳ האבן גלײך באצאלט פאר די םחורה און זיך שנעל אפגעטראגן. װי געזאגט׳ האבן די אלע וואס זײנען געווען פארמישט אין עסק׳ אפגעצאלט די פויערים יפאר די הײזער און שײערן׳ און די פויערים האבן זיך אײנגעשטילט. בכלל׳ האט דער ײדישער זעלבסט־שוץ אויסגעפירט זײער א גרויסע און אחדױת׳פולע אויפגאבע. שוין ודער נאמען אליץ ״סאמא־אבאראנא״ האט אנגעװארפן א פחד אויף די ארומיקע גוים און אװאנטוריסטלן און זי האבן גישט געװאגט אנצו־ הויבן קײן אװאנטורע אין שטעטל. און דאם דארף פארצײכנט װערן לדורות.

passage_1319101cf4c1e861ea4ca57b
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4627-5420

הערה. אין א געװיסן טאג האט זיך אין שטאט באװיזן א געװיסער װאדקא׳ אין אן אוקראינישער אוניפארם. װאדקא האט זיך פארגעשטעלט אלס א פארשטײער פון דער אוקראיי־ נישער רעגירונג. קיינער אבער האט אים נישט גענומען ערנסט. אײנמאל האט זיך װאדקא אנגעשיכורט און ארומגע־ קראכן איבערן שטעטל און געשיאסן פון א רשואלװער אין דער ערד׳ אפגעגאנגן עטלעכע מעטער און א שאס. פאריבײ־ גײענדיק די הויז פון דוד אײזענשטײן׳ איז װאדקא געװארן פאקאטע ט פון די ײדישע בחורים מיט דוד אײזענשטײנען בראש. מען האט אים אויםגעצויגן אויף דער ערד׳ ארוים־ גענומען פון זײנע הענט דעם רעװאלװער׳ און באקומענדיק עטלעכע גוטע בוכטשעם׳ האט מען אים געלאזט לויפן א צעשראקענעס און א צעקײלטן. מער האט זיך װאדקא נישט באיװיזן אין שטאט. [די רעדאקציע]

passage_bb9a2fa1624c5c93bb5f4444