Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 105
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1180

שװגא לפישגזאן (ישראל) שחים האיז זזןקמדע חשװן, תרפ״א, אקטאבער 1921 דאס איז געשען אין א חשװנדיקן, פארװאלקנטן און װינדיקן 5 רימארגן §ון יאר תרפ״א, 1921, װען זאװעל דער מוליער פון זאקאזעליע׳ איז ארײנגעפאלן קײן דראהיטשין מיט היסטערישע געשרײען און ד,א ט געבראכט די פינצטערע בשורה אז א באנדע באלאכאװצעס האט זיך ארײנגעריסן בײנאכט אין זאקאזעליע און אויסגעקײלעט זיבעצן ײדישע נפשות, צװישן װעלכע עס האבן זיך געפונען זײן פרוי ברײנדל, זון׳ טאכטער און אײדעם; דעם שרײבער׳ס טײערע שװעסטער, בת־שבע מיט אירע צװײ טעכטערלעך און נאך צען ײדישע מענער און פרויען, מערסטע פליכטלינגען פון שטעטל ליבעשײ (לובעשאװ), פינסקער פאװיאט, װעלכע האבן געפונען זײער צײטװײליקע הײם אין דער גרעפין באברינסקי׳ם גוט ״זאקאזעליע״, נאבדעם װי זײער הײמשטאט איז פארניכטעט געװארן אין פלאמען פון קריג׳ און אירע כמע ט 500 ײדישע משפחות זײנען צעזײט און צעשפרײט געװארן איבער די שטעטלעך און דערפער פון דעם אזוי גערופענעם דײטשן אקופאציאנס־געביט. די טרויעריקע נײעס האט זיך בליץ־שנעל §ארשפרײט צװישן דער דראד,יטשינער ײדישער באפעלקערונג און א שרעקלעכע אימה איז אלעמען באפאלן.

passage_ef92c2ac21b66eafd78a5deb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1182-2146

די מלחמד, צװישן די פאליאקן מיט זײערע ״באלאכאװ־ צעם־לעגיאנערן״ קעגן די באלשעװיקעס, האט געבושעװעט מיטן גאנצן ברען׳ און װו די באלאבאװצעס זײנען ארײנגע־ דרונגען׳ ד,אבען זײ זיך גלײך גענומען צו פאגראמיר ן די ײדן. זײערע רויבערײען׳ שענדונגען און מערדערײען — און איצט די זאקאזעליער שחיטד,—יהאט אנגעװארפן אן אונבאשרײב־ לעכן פחד אויף די ײדן פון גאנצן געגנט. װאם װעט געשען מארגן י.. . װאם מען האט געמוזט טאן גלײך׳ איז זארגן דערפאר׳ אז די זאקאזעליער קדושים זאלן געבראכט װערן צו ככר ישראל און די עטליכע לעבנגעבליבענע ײדישע נפשות זאלן עװאקואירט װערן קיץ דראד,יטשין. דא האבן זיך אבער אנ־ געהויבן גרויסע שװעריקײטן. • ערשטנס׳ האבן זיך ניט גע־ פונען קיץ פרײװיליקע װעלכע זאלן װעלן אײנשטעלן דעם לעבן און פארן קײן זאקאזעליע, א מרת ק פון 14 װיארםט םכנות׳דיקן װעג׳ כדי אויפן ארט פעסטצושטעלן, װאס עס קען געטאן װערן פאר די טויטע און לעבעדיקע. און צװײטנס,

passage_fedfbe1269f39611952951cd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2148-3234

הא טימען ניט געטארט רירן די קערפערס פון די קדושים ביז עס װעט ניט אנקומען פון קאברין די דערלויבניש פון דער פוילישער מאכט. דערװײל האט מען דאך געמוזט איינארדענען א שמירד, איבער די קדושים, זייערע גופים זאלן ניט פאר־ שװעכט װערן... װערזשע זאל דאס טאן? באין ברירד, האט דער שרייבער פון די שורות׳ אין מאמענט פון פארצװייפלונג, גענומען אויף זיך די פײנלעכע און איבערמענטשלעכע אויפ־ גאבע צו גיין אליק קײן זאקאזעליע׳ קעגן די פראטעםטן פון זײן פרוי און געבעט פון זײן אלטן אבל׳דיקן פאטער. װען איך בין אנגעקומען אין דעם טאל פון טויט — ״זא־ קאזעליע״, און האב .דערזען מײן טײערע׳ ליבע שװעסטער ליגן טויט, דערשאםן׳ און נעבן איר — אירע צװײ ליכטיקע שיינענדע טעכטערלעך׳ פײגעלע און חאשעלע׳ 12 און 14 יאר, מיט אויסגעריסענע בײכער און צעשמעטערטע קעפלעך׳ האב איך צוזאמענגעבראכן און א גרוילעכער יאמער האט זיך פון מיץ הארץ ארויםגעריסן, אויף דעם פלאץ האב איך שוין געטראפן א פאר ײדן פון זאקאזעליע׳ ר׳ זר ח שײנבאום און שעפסל, וועלכע האבן זיך באמיט מיך צו בארואיקן.

passage_b31e6cf37741fd512b752855
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3236-4331

צעבראכענע און דערשאפעטע זענען מיר אלע געגאנגען צו באטראכטן די איבריקע קרבנות: שמואל לעװ, דער גע־ װעזענער בירגערמײסטער פון ליבעשײ(אונטער דער דײטשער אקופאציע), זײן שװעסטער טײבל און זײער אלטע מוטער׳ אן ארנטלעכע׳ הארעפאשנע משפחה פון 5 פערזאן פון ליבעשײ. און זאװל דעם מוליארס װײב, זון, טאכטער און אײדעם׳ װעל־ כע זײענען געװען די אײנציקע שטענדיקע תושבים פון זאקא־ זעליע. די בילד איז געװען א שוידערלעכע, װאס קײן מענטש־ לעכע פאנטאזיע קען זיך גאר ניט פארשטעלן און.מײן ארעמע פעדע איז געװים ניט אומשטאנד ארויםצוברײנגעןן אוי6ן פאפיר. עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז פון אן עשאלאן.באלא־ כאװצעס װאם האט זיך אפגעשטעלט אויף אײגיקע שטונדן אויף דער םטאנציע ״נאגאריע״, ד״א טזיך אפגעריסן פארטאג א באנדע פון א צענדליק זעלנער, און לויט דער אנווײזונג פון א פאר קריסטן, האבן זײ זיך ארײגגעריסן אין די זאקא־ זעליער ײדישע היתער און האבן דערשאסן אלעמען׳ װער עס איז זײ נאר געקומען אונטערן האנט. עס האט זיך שפעטע ר ארויסגעװיזן, אז די קרבנות זײנען געשאסן געװארן מיט דום־ 101

passage_4ef275c4cc882c89945129d2