Original scan
Original memorial-book scan 107
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1300

אסעװעצע ר החגים 1899 מיט העכער האלב ן יארהונדערט צוריק׳ אין שמיני עצרת — 1899, זײנען די יידן אין דראהיטשין און פון ארומיקע געגנט אויפגעציטערט געװארן פון א שוידערלעכן מארד, װאס איז אויסגעפירט געװארן איבער א ײדישער פאמיליע אין אסעװעצער װאלד, א 10 קילאמעטע ר פון דראהיטשין. ברוך פעלדמאן (פון 1411 ס. קעדװיל), אלײן אן אסעװע־ צער, האט אונז פאר זײן טויט (געשטארבן 1־טן מאי, 1954) איבערגעגעבן אײניקע פרטים פון דער שוידערלעכער שחיטה. ר׳ סענדער (פאמיליע נאמען אומבאקאנט), דער פאטער פון דער אומגעקומענער משפחה, װעלכע האט געשטאמט פון אנטאפאליע, איז געװען א ױדישער סופר און האט זיך פארנומען מיט װאלד־מסתר. װען די בא״ױאוטט ע אנטאפאליע ר ליפשיצעס, די װאלד־סוחרים, האבן געקויפט דעם אסעװעצער װאלד צום האקן, האבן זײ באשטימט ר׳ סענרער ן אלס זײער קאסירער און ■פארװאלטער פון דעם װאלד. סענדער (מיט זײן פאמיליע) האט זיך דאן באזעצט אין קאנטאר פון אסעװעצער װאלד און האט געהאט פרנסה ברוח. מאכט זיך א מעשה: סענדער׳ס זון, ישראל לײב׳ קויפט א טייערן פערד פאר הונדערט רובל, װאס איז דאן געװען די הויפט־טעמע בײ די גוים פון די ארומיקע דערפער, ביז די נײעס איז דערגאנגען צו די ״קארפוסעס״, באװאוסטע גנבים פון הוטעװע, און די קארפוסעס האבן דאס פערד צוגע׳גנב׳עט.

passage_595b5df815a6a90a53c08715
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1302-2384

דע רדראהיטשינער אוראדניק ארסים איז געפאן מיט ישראל לײב ן קײן הוטעװע און נאך א שטורמישן קאמף זײנעז די גנבים געװארן ארעסטירט, אבער דאס פערד האט זיך נישט אפגעזוכט, מילא, האט מענדער געקויפט אן אנדער פערד• שמיני עצרת אין אװנט, דערצײלט פעלדמאן, האט זײן פאטער אנגעפויעט דאס פערד פון סענדער׳ס ברונעם. פון םקריפ פון קלוטש זײנען ארויסגעקומען סענדער׳ם קינדער פון שטוב אץ מען האט א װײלע געשמועסט, מען 1 האט צו־ זאמען אפגעפירט די פערד אויף ״נאטשלעג״, און נישט אנ־ שפירנדיק קײן שום סכנה איז מען אװעק שלאפן. אבער אין דער זעלבער צײט זײנען שוין געלעגן די מערדער אין די קארטשע ם און געטשאטעװעט אויף זײערע קרבנות. ארום האלב נאכט הערט מען פלוצלונג עס קלינגט אין קלויסטער. עס איז געװארן א טרעװאגא, אלע לויפן צו דער קאנטאר, די קאנטאר ברענט. פון פאניק האט מען נישט גע־ װאוסט וואס דא איז געשען. מען האט געמײנט, אז דאס איז א געװײנלעכע שרפה. אבער, אז דער פײער האט אפגע־ טשאכנעט האט מען געפונען די פארברענטע גויפים פון סענדערן מיט זײן פאמיליע.

passage_b3dca936ca14b33bbc18254a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2386-3683

מען האט נאטירלעך גלײך געגעבן צו װיסן קײן דרא־ היטשין און עם זײנען אראפגעקומען דער אוראדניק מיטן אסעפאר (פריסטאװ), וועלכע האבן יבאלד אנגעהויבן זוכן די שפורן פון די רוצחים. זײ 1 האבן לאנג נישט געדארפט זוכן, װײל די סליאדן אין דער ראמע האבן דעם פריסטאו מיטן אוראדניק צוגעפירט גלייך צו דעם הויז פון די הוטעװער גנבים. די ״קארפוסעם״ האבן זיך באלד מודע געװען אין דער רציחה, די מערדער האבן דערצײלט, אז זעט מען האט זײ ארעם־ טירט פאר דער גנבה פון פערד האבן זײ געטראגן א כעם אויף םענדערן מיט זיק פאמיליע און געזוכט נקמה צו נעמען אן זײ, ױם כיפור אין אװנט זײנען זײ געקומען צו דורכפירן זייער מערדערלעכה נקמה, נאר צוליב דעם מנין, װאס האט געדאװנט אין קאנטאר, ■האב ן זײ זיך דערשראק ן און צעלאפן . זײנען זײ געקומען שמיני עצרת בײנאכט, ארײנגעריסן זיך אין קאנטאר א ח 1 תאב ן מיט װילדער רציחה, מיט איתענס או ן לאמען, אלעמען אויסגע׳הרג׳עט: םענדערן(דאן 48 יאר אלט געװען): זײן פרוי, חאשע רבקר,; זײן אלטן פאטער ׳ױדלז זײנע קינדער: פרײדל, ישראל לײב, פינטשע, דוד און גא ך ן װי אױך א ײדישע דינסט־מײדל פון אנטאפאליע, בסך־הכל 14 פערזאן. פון דער גאנצער גרויסער פאמילי איז פאר־ בליבן אײן זון, יעק ב זמטר, װעלכער ד,אט זיך דאן געפונען אין ישיבה.

passage_b983301852ba5eae756934a6
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3685-4301

נאכן אויסרויבן דאם פארמעגן׳ האב ן די מערדער׳ כדי צו פארװישן די שפורן פון זײער פארברעכן, אונטערגעצונד ן די קאנטאר אוי ף די הרוגים. די רוצחים, אחוץ אײנעם, גארטשיק, וועלכער איז אנטלאפ ן געװארן, זײנען, נאטירלעך, געשטעלט געװארן צום ״אקרוזשנאי סוד״ (קרית־געריכט) אין קאברי ן און האב ן בא־ קומען זײער פסק. די פארם,מאליעט ע גופים פון די הרוגים זײנען געקומען צו קבורה אין אײן פאמילי ע קבר אוי ף דעם אלטן דראד,י־ טשינער בית עולם. אוי ף זײער קבר האט שטאט געלאזט אויפשטעלן א געמויערט ן ״אוהל״, וועלכע ר איז אפגעד,י ט געװארן ביז צום חורבן־דראד,יטשין. ד׳װ.

passage_380b7b106027fcf62a7d5fba