Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 109
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1408

אויסגעמיטן א פאגראם 105 דער חשובער רב האט אים באדאנקט 5 א ר זײן פרײנט ־ לעכער ברכה . די אנטיסעמיטן זײנען שטארק אנטוישט געווארז . אויפ דעם האבן זי זיך גאר ניט געריכט . פארשעמטע האבן זײ פארלאזן דעם מארק , און אװעק אהײם אן רויב ׳ װײל דער בישאף האט קאטעגאריש אנגעזאגט די פאליאקן ׳ אז זײ זאלן ־סן©!: ) ©ןטװזןץ^־ו ק סו 16$ ס ק קט> 8151 . £ . נ ין)> 51 /יעס!:)ץ: 2 ? 9001 !|€ס 1 ץ 2 | ^ $ס 1€2 סס ק קו 1 ) 61$1 . £ 1 . 9 >| 5 /״\ס 1 :)ץ 2 ^ 16169001 > ן 5 >|/ 2 ז ק ו| 6062 } 1 > | 6 /י/< 5 .ח!: ) (ס €1 } 26 ־ז 6 1 > ס .װו 1 > 1 100 ) סחץ 2 סוו 1 ס>כ 1 2 .ס 0 {> 6$1 !ח ז .{ 1 ט 13 דער בישאף פון פינסקער געגנ ט נעמט אויף א ייִדישער דעלעגאציע פון דראהיטשין , 13טן אויגוסט ׳ 1937 . פון רעכטם : זכריה שמיד . הרב קאלענקאװיטש ׳ ד״ר לאמפע , גדליה גראסמאן א.א . די דאזיקע בילד איז געװען געדרוקט אין ״נאש פשעגלאנד״ , סל־טן סעפטעמבער ׳ 1937 , ווארשע . (פון װארשאוףסקי׳ס ארכױו) . צורו לאזן די דראהיטשינער ײדן , װײל עס איז א כלל ׳ אז ײדן זײנען גוטע בירגער פון יעדן לאנד . די דאזיקע ווערטער זײנען געװען װי א ליכטיקער שטערן אין א פיגצטערער נאכט ׳ װען.מיר האבן געלעבט אין שרעק . דעם בישאפ׳ס רײד זײנען באלד פארעפנטלעכט געװארן אין דער פוילישער פרעסע ׳ װאס . האט ארײנגעבראכט א צעטומ ־ לעניש אין די מוחו ת פון אלע אגטיסעמיטן ׳ װעלכע האבן טאג־טעגלעך פארביטערט דאס לעבן פון דער ײדישער בא ־ פעלקערונג .

passage_a60b7089ca7474de595ffdf7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1410-2784

דער בישאף איז פאר זײן האנדלונג צו בענטשן די ײדישע באפעלקערונג און פאר ניט דעילאזן אז עס זאל קומען צו בלוטיקע עקסצעסן׳ באזײטיקט געװארן פון זײן שטעלע און ער איז אװעקגעשיקט געװארן אין אן אנדער געגנט. א גרופע פון ליטע און פוילן אן אמעריקאנער בירגער װאם איז געװען אין די געגנטן פון מלחמה (1916), שילדערט זײנע אײנדרוקן אין ״טאגעבילאט״. הערי מארקוס (א זון פון משה פאריצקער װאלעװעלםקי פון דראהיטשין), אן אמעריקאנער כידגער, װעלכער איז גע־ פארן אויף א לוסט־ריתע קײן רוסלאנד און איז פארחאלטן געװארן צוליב דער מלחמה, האט זיך ערשט צוריקגעקער ט פון אײראפע מיט דער שיף ״ניו אמסטערדאם״, פון ראטער־ דאם. מר. מארקום, װעלכער האט באזוכט מערערע שטעט און שטעטלעך פון ליטע און פוילן, דארונטער בריסק, קאברין, אנטאפאליע, דראהיטשין און װארשא, האט פאר א פארטרע־ טער פון ״טאגעבלאט״ געשילדערט די טרויעריקע לאגע פון די ײדן אויף יענער זײט ים. ״עס איז אונמעגלעך איבערצוגעבן אין װערטער װאם מײנע אויגן האבן געזען אין יענער מדינה װאם טראגט אויף זיך דעם נאמען רוםלאנד״ — האט מר. מארקוס געזאגט, און א טרער האט זיך באוויזן אין זײנע אויגן. — איך האב צװײ יאר פארבראכט צװישן די פליכטלינגע, מלחמה קרבנות, און ניט נאר האב איך אלײן בײגעװוינט און געזען זײערע יםורים, לײדן און צרות, נאר איך האב עס אלײן דורכגעלעבט.

passage_bc7c7e307abe7872be20334d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2786-3366

״איך בין געקומען קיין רוסלאנד פונקט א וואך פאר דער מלחמה׳ און בין פארהאלטן געווארן אין דראהיטשין׳ גראד־ נער גובערניע. דראהיטשין איז א קליק שטעטל וואס ציילט 700 ײדישע פאמיליעס, זייערע געשעפטן פאר דער מלחמה? ווי געװײגלעד: קדעמער׳ סוחרים׳ האלצהענדלער׳ א.ז.װ. פאר דער מלחמה האבן דארט די ײדן ווי עס איז געמאכט א לעבן׳ אכער איצט ליידן זיי פשוט הונגער און נויט. ״דער דײטש איז דארט אריק אין אויגוםט׳ 1915. פיר טעג איידער דער דײטש איז אנגעקומען׳ האבן די רוסישע קאזאקן צעשטערט און פארניכטעט אלץ וואס זיי איז געקו ־

passage_75d3af0a042a5a052b4dadce