הקדמה 4 ^ נדלעך, נאָך יארן פון מי־פולער און אנגעשטרענגטער ארבעט טראגן מיר צו צו אונדזערע חשוב׳ע פריינ ט און לייענער דעם דראהיטשינער ״יזכור-בוך׳ / ^ װאם דאר ך דינען אלם מצבה נאך דער קהילה־קדושה פון אונדזער דראהיטשין . נישט א מער אונדזערע טאטעס און מאמעס ! נישט א מער אונדזערע ברידער און שװעסטער ! נישט א מער דראהיטשין, װאו אלטע לײט האבן געלעבט שטיל און געלאכט ; און קינדער האבן געלאכט און געשטיפט אין די גאסן... זײערע קול׳כעלעו װערן מער נישט געהערט ; און אונדזער חױת װערט פון צער און צארן פארצערט... דראהיטשין, די טייערע הײם־שטעטל, װאו עס זענען געשטאנען אונדזערע װיג־ בעטעלאך, אין װעלכע אונדזערע מאמעס האבן אונדז פארװיגט מיט ניגונים פון ײדישן צער און האפנונג ; דראהיטשין, די ליבה הײם־שטעטל פון אונדזער יוגנט־טרוים, װאו מיר האבן איינגעזאפט אין זיך דעם ײדישן ״אוי״ און ״קרעכץ״ — איז פאר־ שטילט נעװארן... צוזאמען מיט די טיליאנען ײדישע קדושים, װעלכע זײנען אומ־ געבראכט געװארן פון די דײטשישע רוצחים, זײנען אויך אומגעקומען ע ל קידוש־השם, בערך, פינף טויזנט ײדישע נפשות פון דראהיטשין, הי״ד !
מיר, װעלכע זײנען געװען די עדות פון דעם גרויסן חורכן, זײנען נישט בכוח אפצושאצן און צופילן דעם גרויסן בראך אין זײן גאנצער טראגישקײט, װײל מיר זײנען געװען צונאענט צום אומגליק, װאם איז אונדז באפאלן... מיר זײנען געװארן צוגעװוינט צו די געשרײען פון די ײדישע קינדער אין די גאז־קאמערן און צו זײערע געװײנען אין די קרעמאטאריעם... אפשר די קומענדיקע דורות װעלן זײן בכוח צו דער־ שפירן די גרויזאמקײט פון דער טראגעדיע, װאם האט ארומגענומען אונדזער דור. אבער, בלײבן זיצן שטיל און נישט דערצײלן פאר אונדזערע קינדער און פאר דער װעלט, װאס די דײטשן האבן געטאן צו אונדז, און נישט פאראײביקן דעם הײליקן זכרון פון אונדזערע טײערע פון דראהיטשין, װאלט געהײסן א פארכרעכן קעגן ג־ט און קעגן די קדושים! אין פארלויף פון עטליכע צענדליק יאר װאלט דער זכר פון דראהיטשין אינגאנצן אפגעװישט געװארן... אט דאס באצװעקט דער ״םפר־דראהיטשין״: צו פארצײכענען לדורות די פרײדן און די לײדן פון בערך פינף הונדערט יאר ײדיש־דראהיטשין און צו שטעלן אונדזער היים־שטעטל מיט אירע מארטירער — א מצכׂה אין שריפט אץ אין כילד...
ע ם קע ן ניש ט זײ ן קײ ן כעםער ע או ן קײ ן דויערהאפטער ע מצבה , װ י א ט דע ר דאזיקע ר ״םפר־הזכרון״ . ע ם אי ז א מצב ה פו ן הײליק ע אותױת , װעלכ ע קענע ן קײנמא ל ניש ט אפגעמעק ט װערן . מצבו ת פו ן האל ץ או ן שטײנע ר זײנע ן ניש ט קײ ן אײכיקײט . האל ץ װער ט צעפויל ט או ן פארברענ ט ; שטײ ן װער ט אוי ך אפגעריב ן או ן אויסגעריםן , אבע ר א מצב ה פו ן אותױ ת לעכ ט אײביק . עפע ם א ם ך שטײנערנ ע או ן הילצערנ ע דענקמעלע ר זײנע ן פארכליבן , װא ס זאל ן אונד ז דערמאנע ן אי ן ד י שחיטות , װא ם ײ ח האב ן אדורכגעמאכ ט בלוי ז אי ן ד י לעצט ע פא ר הונדער ט יאר ? אוי ב מי ר װײם ן י א עפע ם װעג ן דע ר ײרישע ר מאטירעאלאגיע , אי ז ע ס נא ר א דאנ ק ד י מצבו ת פו ן ד י פארשריבענ ע אותױת . גענו ג אי ז צ ו דערמאנען , למשל , דע ם ״ױן־מצולה ״ פו ן ר ׳ נת ן נט ע האנאװע ר (נפט ר געװאר ן כ ׳ תמוז , תמ״ג , 1683 ) , װא ם אי ז א ן אײביקע ר היםטא ־ רישע ר דאקומענ ט או ן א מצב ה נא ך דע ם בער ך האלב ן מיליא ן ײדן , װעלכ ע זײנע ן געפאל ן קרבנו ת פו ן באגדא ן כמעלניצקי׳ ם קאזאק ן אי ן ת״ח־ות״ט , 49 ־ 1648 .. . או ן װידער , א מאנומענ ט פו ן שטײ ן אדע ר האל ץ אי ז ניש ט כאװעגלעך , ע ם אי ז טוי ט או ן שטו ם ; ע ם זאג ט גארניש ט או ן ע ס דערצײל ט גארנישט . ע ם אי ז מע ר ניש ט װ י א מי ן דעקאראצי ע פא ר א צא ל מענטשן , װעלכ ע געפינע ן זי ך ארו ם דע ם מאנוטענט . אבע ר ד י מצב ה פו ן ״םפר־הזכרון ״ װע ט פארשפרײ ט װער ן אי ן אל ע עק ן װעל ט או ן װע ט רופ ן צ ו יעד ן אײנע ם או ן זאגן : ״קו ק אוי ך מיר , לײע ן מיך , ז ע או ן געדײנק״... !
דער גרויסער תנא, ר׳ חנינא בן תרדיון, װען די רויטער האבן אים איינגעװיקלט אין א םפר־תורה און געברעגט אויך דער אטא־דע־פע, האט געזאגט: ״גוילין נשרפין \\ו \