Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 110
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1002

106 דראיהיטשין װי פאלגט־״ניקאליאי איז ניט קראנק צו באצאלן פאר די מען אין האנט אריץ און אויסגערויבט אלע קראמען. ״ס׳האט גענומען גאנצע פיר טעג די שלאכט בײ דרא־ היטשין. ס׳איז דארט פארגעקומען א מוראדיקע שלאכט און די דײטשן האבן ענדלעך געזיגט. דורך דער צײט זײענען מיר׳ די אײנװוינער, געליגן אין גריבער װאס מיר האבן אויסגע־ גראבן. מיר האבן, פארשטײט זיך, אין די פיר טעג אפילו קײז בי׳סל װאסער ניט געטרונקען. ״די דײטשן זײענען ארײן און באלד האט זיך 6 ארשפרײט די כאליעריע. הונדערטער זײענען 5 ון דער מגפה געשטארבן. אבער פאר די לעבנגעבליבענע איז די לאגע, שײנט מיר, איצט פיל ערגער, װײל יעדן טאג קוקן זײ דעם טויט אין די אויגן. ,^אינטערעסאנט איז, אז דער פײער װאס די רוסן האבן געמאכט אין שטעטל, האט זײ קײן טובה ניט געטאן, װײל די ארמײ װאס האט געהאלטן אין לויפן, ׳האט גיט געקענט ד׳רכגײן דאס שטעטל צוליב דעם פײער, און פילע זײנע גע־ כאפט געװארן אין פלען.

passage_c11727cc81b6c063b6c524a7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1004-2264

״אויסער דעם הוגגער װאס די ײדישע באפעלקערונג לײדט אמערסטן, נעמען די רוסישע און די דײטשע ארמײען צו בײ די ײדן די פערד און בהמות. די רוסן, מוז איך דא געבן קרעדיט, פלעגן זיי צונעמען בײ א ײדן א פערד, פלעגן זײ באצאלן, אפשר ניט דעם פולן פרײז, אבער דאך באצאלט. די דײטשן װאהבן צוגענומען די פערד, און אנשטאט געלט, האבן זײ געגעבן ״רעסיטס״. מיר ׳האבן נאךדעם אונטערזוכט די רעסיטס, און די גרעסטע צאל פון זײ ׳הא מ זיך געלײענט פערד״.. . ״פאר מײן אװעקפאר ׳הא ב איך געזוכט בריסק. פון דער שטאט איז געװארן א תל, א חורבן, קײן ײד איז דארט ניטא אויף א רפואה. אלע זײנען §ון דארט פארטריבן געװארן• ״אין די קלײנע שטעטלעך פון ליטע, קוקט מען אויס די אויגן אויף שטיצע פון אמעריקע. װי לעבן מיט האפגוגג, די װעלכע ד״אבן כח גענוג, אז אט־אט און זײ װעלן באקומען ׳הילף פון אײך. לײדער דערהאלטן ׳זײ גאר ניט און שטארבן פשוט 5 ון ׳הונגער״. — און װאס איז מכח די ״רעליף״ וואס ׳וו׳ערט פון דאנען געשיקט י— האט דער פארטרעטער פון ,,טאגעבלאט״ גע־ פרעגט. ״די קרבנות פון מלחמה־געביט האבן פון דעם רעליף גיט געהאט קים שום הנאה, אפילו א גלאז וואסער אויך נישט. פשוט, װײל מיר האבן פון רעליף קים איין סענט נישט בא־ קומען.

passage_877c10df0495fdad86975943
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2266-3631

״די פרויען אין דער ליטע װאס זײנען געטראפן 8 ון דער מלחמר״ װעמענס מענער זײנען אין אמעריקע, לײדן מער פון אלעמען. קײן געלט פון זײערע מעגע רדער׳האלטן זײ ניט און קײן זײטיקע שטיצע קריגן זי י אויך ניט. זאלן די מענער װעלכע ׳האבן פאמיליעס אין רוסלאנד װאס שנעלער שטיצן זייערע פרויען און קינדער אויב זײ װילן זי י ראטעװען פון א זיכערן טויט״. העררואן גראנזנזאן (נױ־יארק) צורי ק אהײם זײ געגריסט, שטעטעלע שײנענקע, איבער ימים צו דער געשװומען, זײ געגריסט, שטעלע קלײנענקע, צו דיר װידער בין איך געק׳ומען. כ׳ברײנג א גרוס דיר פון דײנע קעדע ר איבער דער גרױסער װעלט צ׳עזײט, כ׳קום צו דיר פון א רײך לאנד אצינדער, װו פיל פון זײ זײנען צעש׳פרײט. מיר ׳בײנקע ן נא ך דײנע פעלדער, װו אונזער ױגגט איז פארפלויגן, אװעק! מיר בײגקן נאך דײנע װעלדער, װעלכע ציען זיך אן אנ׳עק. ה. גראסמאן מיר בײנקע ן נא ך דעם אלטן בית־עולם, װו גרויסע מחנות קראען שװעבן, און אינם שאטן פון זײנע גרויסע בױמער פלעגן זיך חלומות פון לעבן װעבן... אין גרויסע שטעט פון שטאל און איװן שמידן דײנע קינדער זײער גליק, האפן און שטרעבן צו באװײזן צו דיר, שטעטעלע, קומען צוריק. זײ זיכער, דײנע טרײע קינדער, פארגעסן דיך גישט אין קי םצײט. זײ ליבן דיך פריער און אצינדע ר פון דער נאעגט און פון װײט. געדרוקט אין ״פינסקער שטימע״, 1931.

passage_4448ab2de518627fec0b1bc4