Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 111
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1301

תב1. װא־שא־ג\21\י ״הײנטיקע נײעס״ פון ״הײנט״ 6טן אקטאבער, 1955, װארשע פארשטערטן ױם־טובים א. ראש א־זדאם אין 1921, בעת דער פויליש״רוסישער גלחמה. די איעװוינער פון דראהיטשין האבן דאן דורכגעלעבט אועעהויער שווערע טעג. עטליכע .מאל איז דאס שטעטל אי־ בערגעגאעע ן פון האנט צו האנט. און נאר די װאס האבן עם איבערגעלעבט, ■קאנען האבן א באגריף, װאם דאס האט באדײט... לאנגע וואכן און חדשים האבן די ײדן פונ׳ם שטעטל גע׳לעבט אין טויט־שרעק. מען איז מערסטנטײל געלעגן בא־ האלטן אויף די בוידעמער, אין די קעלערם, געמוטשע ט זיך און געװארן געפייניקט. בײנאכט האט דאס שטעטל אויסגע־ זען ממש װי א בית עולם. קײן מינד-םטער שײן האט נישט איבערגעריסן די געדיכטע פינצטערניש, קײן שארך, קײן ריר פון א מענטש... בלויז דאס טופערײ פון די פערד און דאם קלאפן פ ת די װעגענער פונ׳ם ׳מארשירנדיקן מיליטער, פלעגן אמאל איבעררייסן די טויטע שטילקײט פון דער שװאר־ צער נאכט... דער טאג רוקט זיך ביסלעבװי ת אװעק. עם הײבט שוין אן צופאלן די נאכט. פאר דער יידישער באפעלקערונג אינם שטעטל — א טאג פון טויט־ישרעק, װי די גאנצע צײט. אבער עס איז דאך פאר ראש השנה, ײדן זולן זיך א תפילה בצי־ בור. עם װילט זיך אויםגיםן אביסל דאם יהארץ. און װאס אויםצװױינען איז דא גענוג.

passage_d0ecbcc93558e31084d58db2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1303-2449

דיהײליקײט פונעם ראש השנה שטײגט אריבער דעם פחד און די שרעק. דא און דארטן האבן זיך אנגעהײבן צו בא־ װימען אײנצעלנע ײזדן, װאם ^האבן זיך אינ ם בין־השמשות גע־ שלײכט װי שאטנס ביי די פלײטן, אלע אין אײן ריכטונג. אין א זײטײק געםל איז געשטאנען אן אלטע שטוב. געװוינט האט דארטן אן ארימער בעל־הבית פונעם שטעטל. אט אהין, אין יענער אלטער שטוב, זײנען דאם אלע שאטנס פארשװונדן. געװען איז דאס א צײטװײליקע בית־התפילה, װײל זינט די צארישע ארמײ האט דרײ פערטל שטעטל און דארונטער אלע פיר בתי מדרשים אװעקגעלאזט מיטן רויך, חאב ן דא א טײל פון די שטעטלדיקה ײדן אײעע^־דנ ט זײער מקום־תפילה. [אגב, צו זיץ גענוי —איז דאס געװען די הויז פון יאסל דעם בעל־עגלה אין א געסל אויף קאבריגער גאס.] השנה מ׳־ט א שעה שפעטע ר איז אן עדה ייִדן געשטאנען און געדאװנט. די מתפללים האבן װאם װײטער, אלץ מער פאר־ געסן אין דער םכנה, װאם לויערט אויף זײ׳ און זײ האבן זיך אויף אן אמת צודאװגט. דאס איז געװען אץ גרויס געװיץ, װאם האט אין דער שטילקײט פון דער נאכט אעעװארפן א גרויסן פחד. פלוצלונג איז אלץ שטיל געװאחן. װאס איז געשען?

passage_ff6591867f2bbd903a91f0cd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2451-3855

אן אפטײלונג באלשעװיקעס האט ארומגערינגלט דאם הויז . בײ אלעמען זײנען די הערצער אײנגעפאלן פון שרעק. דער עלטסטער האט באפוילן אלע ײדן ארויםצוגײן פון שטוב. געבליבן איז בלויז דער בעל תפילה בײם עמוד, מיטן טלית איבערן קאפ. פאר אים האט, װײזט אויס, דער באלשעװיק געהאט אביסל אפשײ. אויף דער גאס איז די גאנצע עדה ײדן ארומגערינגלט געװארן דורך באװאפנטע זעלנער, און ם׳איז געפאלן א בא־ פעל: ״פאראױם!״ בײ אלעמען האבן זיך די קני געבראכן פון שרעק װער װײםט װו מען װעט זײ איצט פארפירן?... מען האט זײ צוגעפירט צו א גרויסער פוסטער געבײדע, צו פײװל קאצ׳ם מויער, און מ׳האט זײ געהײסן טראגן לײם מיט ציגל... עס האט זיך ארויסגעװיזן אט װאס: די באלשעװיקעס הנען געדארפט באקן ברויט, און אזוי װי אין שטעטל האט זיך ניט געפונען קײן גרויםער אױוון, װײל אלע בעקערײען זײנען פארניכטעט געװארן, זײנען זײ געפאלן אויף דער המצאה, אז די ײדן זאלן זײ איבערנאכט אויפשטעלן אן אױוון. עס האט נישט געהאלפן קײן געבעט און קײן תחנונים אז ם׳איז ראש השנה. די באלשעװיקעם האבן ניט געװאלט פון גארנישט װיסן. די י״דן האבן זיך געמוזט נעמען צו דער אר־ בעט, װער אלס מוליער און װער אלס דערלאנגער. א פאר צענדליק ײדן, יונג און אלט, האבן א גאנצע נאכט ביז א שטיק אין טאג געארבעט ביז דער אױוון איז פארטיק געװארן. די ײדן זײנען צוריק ארײן אין זײערע באהעלטענישן.

passage_ebd060c797db6b777a61f0dc
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3857-3986

א גאנץ ראש השנה האט שוין קײנער נישט געװאגט ארויס צושטעקן זײן קאפ אין גאס. דאס איז נאך געװען צו דערלײדן. 107

passage_d11443b8eca0ead930320087