Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 117
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1224

טי. בן־עור א(נױ־יארק) הרב משד מדראניטשין ז״ל 1705 — 1781 אײנער פון די מאסן מיט װעלכע מ׳מעמט די גרויסקײט פון געװיסע היסטארישע פערזענלעכקײטן, איז לויט די לעגענדעס װעלכע זײנען ארום זײ געװעבט. די לעגענדע איז דער שפיגל אין װעלכן דאס פאלק האט געזען די פיגור, און לויט דער אפשפיגלונג קען מען אפשאצן דעם פערזאן, כאטש די היסטארישע פרטים פעלן דעם פאר־ שער. אזא לעגענדארישע פערזאן איז געװען ״ר׳ משה מדראגי־ טשין״(אזוי רופט ער זיך). קײן אײנצלהײטן װעגן זײן לעבן האבן מיר ניט געפונען, און מיר מוזן שטילן אונדזער דורשט נאך ביאגראפישע דעטאלן מיט לעגענדעס, און פון זײ אויס־ שײלן די קערנדלעך פון װירקלעכקייט. װי מ׳זעט אויס, איז ר׳ משה געבוירן געװארן אין דראו־וי־ טשין, װײל אויף אליע זײנע םפרים שרײבט ער זיך אונטן ״ר׳ משה מדראגיטשין״, און לויט מײן השערה איז ער גע־ בוירן געװארן ניט שפעטע ר פון יאר 1705. י זײן פאטער איז געװען ר׳ יקותיאל זלמן, װעלכער האט געשטאמט פון ר׳ אליעזר חריף׳ס משפחה, דעם אב־בית־דין פון טיקטין. און זײן עלטער־זײדע פון זײן מוטערס צד, איז געװען דער באװאוסטער גאון ר׳ אליקים געץ, װעלכער האט געצויגן א קײט פון צען דורות גאונים־רבנים. 2

passage_fa19e571816fcdb55c8b6ff2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1226-2675

■ר׳ משה איז געװען רבן זאבית־דין אין דראהיטשין, אבער װען מ׳האט אים דארטן אויפגענומען, איז ניט באקאנט. לויט דעם שער־בלאט פון ״מגיד משנה״ איז ר׳ משר• אויפ־ גענומען געװארן אלס רב אין כיגסקארום 1745, ווו זײן שװער ר׳ יהודד• האט געלעבט. 3 יזײן ערשטע םפר ״מגיד משנה־, א פירוש אויפן קבלה׳שן ספר ״משנת חסידים״ פון עמנואל חיריקי, איז גע־ דרוקמ געװארן אין יאר 1745 (תק״ה), און ס׳איז באװאוסט אז מ׳לערנט ניט קײן קבלה פאר 40 יאר (זע ד״ר שמעון גינצ־ בורג, ״ר׳ משוה חײם לוצאטו ובני דורו״, ח״ב, עמ׳ תי״ד־ תט״ו, ת״א, תרצ״ז). י^ון דעם פאקט לערנען מיר ארויס, אז ר׳ משה איז שוין אלט געװען ארום 40 יאר װען ער האט געדרוקט זײן ערשיטן קבלה ספר. *זע ״מגיד משנה״ אין דער הקדמה. יר׳ יהודה איז געװען דער זון פון ר׳ יצחק, דער אײ־ ניקל פון ר׳ משה איש ליפשיץ, דער מחבר פון ״לחם משנה״ אויף משניות (זע דארטן). װי מ׳זעט אויס, איז ר׳ משה לאנג ניט געיװען רב אין פינסק, װײל אין יאר 1746 איז ער אויפגענומען געװארן אלס הויפט רב אין סאמבאר, גאליציע. ^אט אין דער דאזי־ קער שטאט איז ער געזעסן מיט גרויס כבוד אויפן כסא הרבנות ארום 25 יאר, אויב ניט מער, ביז װאנען ער איז אװעקגע־ פארן קײן ארץ ישראל. 3 װי אזוי קומט ר׳ משה, דער דראהיטשינער און פינסקער רב, צו װערן א רב אין גאליציע וװאס האט ע ם געבראכט צו דעם? לויט מײן השערה האט ר׳ משה׳ן געצויגן קײן גאליציע,

passage_248921fa5389978a6dd5e67f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2677-4116

װייל דארטן האבן זיך געפונען גרויסע מקובלים, װי ר׳ משה אסטרער, ר׳ חיים סאנזער פון בראד און אנדערע. בראד איז דעמאלט געװען א קבלה׳יסטישע צענטער װוּ מ׳האבן זיך קא׳נצענטרירט מקובלים, װעלכע האבן פארגעזעצט צו לער־ נען דעם אר״י׳ם שיטה, אין קעגנזאץ צו דער קבלה מעשית פון שבתי צבי׳ס אנדוײנ־גער. ״ דארטן אין גאליציע האט ר׳ משה געפונען זײן ארט, װוּער האט זיך געקענט אויסלעבן, א׳ן װוּער האט געפונען רבנים פון זײן גלײכן, װעלכע האבן אים פארשטאנען און הויך אפגעשאצט ת ר׳ משה איז ניט געװען פון יענע מקובלים, װאם זײערע ידיעות אין תלמוד און פוסקים זײנען באגרענעצט. פארקערט, ער האלט ניט פון אזעלכע מקובלים, װײל דער װאס איז ניט אמת גרויס אין גמרא און פוסקים, דער יעניקער קען גאר־ ניט פארשטיין די סודות פון אר״י, ז״ל. ^ דעריבער האט זיך ר׳ משה פארטיפט זײן גאנץ לעבן א״ן די דאזיקע לימודים. װען ר׳ משה ■ך.אט זיך שוין אנגעזאפט מיט הלכה און פלפול, האט ער זיך גענומען צו קבלה, און דער עיקר צו דער לוריא־ נישער קבלה. דא האט זיך ר׳ משה אנגעשטויסן אויף די םפרים פון עמנואל חיריקי, איינער פון די אויסטײטשע ר פון אר״י׳ם שיטה (1743־1688), איבערהויפט אויף זײן םפר *׳זע די הקדנזה צו זײן ספר ״חילוקא דרבנן״, תקכ״ח, זאלקאװא. *עס איז דא פון אים א הסכמה אויף דעם ספר ״תיקוני הזוהר״ פון םאמבאר, י״ג אב, תקל״ח (1778), (זע ״תיקוני הזוהר״, תקל״ח, זאלקאװא).

passage_67a7945032981c7e3bba7c11
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 4118-4208

* זע 286 5 טרוו$ן^>ו 3$ ר 01 ץ 6 ס 5 ט€׳| 0 ^\ / לזעדיהקדמותצוזײנעספרים. 113

passage_1982c96ac661df196538581c