Original scan
Original memorial-book scan 125
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1228

רבנים 121 רבנים ישראל װאלעװעלסקי און צכי אליהו רײכמאן ר׳ ל דערצײלט פון ר׳ זושא װארשאװסקי — אויפגענומען פון הרב ישראל בארי(קאלאדנער) פון ארץ־ישראל ♦ מיט א ססניאר צוריק און מער׳ איז.אין דראהיטשין געװען רב, ר,רב ר׳ ישראל װאלעװעלסקי, וועלכער ד.אט, צוליב דער קלײנקײט פון שטעטל, געליטן גרויס דחקות און געװען פשוט א מחוסר לחם. הרב װאלעװעלסקי ד,אט א צײט לאנג ארומגעװאנדערט איבער דער מדינה זוכנדיק אן אנדער רבנות, װאס זאל אים און זיץ פאמיליע קענען מפרנס זיץ. דערבײ האט ער אין יעדע שטאט און שטעטל געהאלטן דרשות און פון דעם האט ער געמאכט א שטיקל לעבן. אין א געװיסן טאג האט הרב װאלעװעלםקי באקומען אן אײנלאדונג פון א שטעטל, וועלכע האט אים פארגעשלאגט דעם כסא הרבנות. הרב װאלעװעלסקי האט זיך גלײך געלאזט אין װעג. פאד ן אפפארן האט ער געזאגט די דראהיטשינער יבעלי בתים, אז אויב ער װעט ניט צוריקקומען אין משך פון 9 חדשים מעגן^זײ נעמען אן אנדער רב. עס איז ׳פאראיבער 9 חדשים און הרב װאלעװעלםקי איז ניט געקומען. שטאט האט געװארט נאך א צװײ חדשים און פון רב הערט מען גארניט. האבן די שטאט־פירער גערופ ן אן אסיפד, פון קד,ל, און עס איז באשלאםן געװארן צו נעמען א נײעם רב.

passage_540c6c2f5cb591011b61b2e5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1230-2542

אזוי װי אין קאמאװע איז דאן געװען א גרויסע ישיבה מיט אסך לומדים, איז א דעלעגאציע פון דראהיטשין געפארן קײן קאמאװע און געבעטן דעם ארטיקן רב, אז ער זאל זײ אנװײזן אויף א פאסיקן קאנדידאט פאר דעם כסא הרבנות אין דראהיטישין. דער קאסאװער רב ניט לאנג טראכטענדיק, האט פארגעשלאגן דעם ראש הישיבה הרב הגאון ר׳ צבי אליד, ואלס רב פאר דראד,יטשין. די דראד,יטשינער ראשי־ ד,קד,ל, נאכידעם װי זײ האבן קענען געלערנט די פערזאן פון הרב ר׳ צבי אליהו, װעלכער איז װירקלעך געװען א יגדול בתורה און בעל מדות, האבן ר׳ צבי אליר,ו׳ן געשיקט א כתב רבנות און ער איז געװארן מרא דאתרא פון דראד,יטשין. מיט א יאר שפעטער, גאר אונדערװארטעט, איז אין דרא־ היטשין אראפגעקומען דער פריערדיקער רב, הרב ר׳ ישראל װאלעװלסקי, װעלכער האט געטעגד,ט, אז טראץ דעם, װאס ער האט ניט געד,אלטן דעם תנאי פון ״9 חדשים״, איז ער דאך נישט מװתר אויף דעם דראהיטשינער כסא הרבנות. עס האט זיך ארום דער רבנות־פראגע געשאפן צװײ צדדים. בפרט נאך, אז ר׳ ישראל װאלעװעלסקי האט געהאט א גרויסע משפחד, אין דראתיטשין, און עם האט זיך אגגעהויבן א גרויסע מחלוקת מיט פעטש און געשלעגן. עס איז געװען א 1 פאל, װאס אײגער האט געגעבן דעם צװײטן מיט א שטיק האלץ. זעענדיק, אז די מחלוקת־הרבגים קען האבן זײער טרויע־

passage_8741faad52f14c8338097ca1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2544-3853

ריקערעזולטאטן און א ז פא ר צװײ רבנים איז ניט א קיץ פלאץ און קיץ פרנסה אין דראד,יטשין, איז געבליבן בהסכם בײם דראד,יטשינער קהל, אז מער װי אץ רב װעלן זײ ניט האלטן און דעריבער זאלן די צװײ רבנים האבן א דין תורה, בײם סלאנימער רב, ר׳ איתיל חריף, זצ״ל, און װער עס װעט גע־ װינען די דין־תורה װעט זײן דראד,יטשינער רב. נאכן אויסד,ערן די טענות פון די צװײ רבנים האט ר׳ אײזל חריף געענטפערט אזוי: ״איר רבנים זײט בײדע גע־ רעכט. איך קען קײן איינעם פון אײך נישט הײסן און נישט צװינגען צו פארלאזן דראד,יטשין. מיר װעלן דא װארפן גורל. איר רבנים װעט בײדע דורכלערנען א סוגיא פון גמרא און װער פון אײך עם װעט מיר געבן 3 ריכטיקע תשובות אויף מיינע שאלות, דער װעט זיצן רב אין דראד,יטשין. בײדע רבנים האבן, ■נאטירלעך, מסכים געװען אויף דעם פארשלאג. די רבנים האבן אובערגעקוקט די סוגיא און אין א װײלע שפעטע ר האט ר׳ צבי אליהו זיך אעערופן, אז ער איז גרײט צו ענטפערן אויף דעם סלאנימער רב׳ס פראגן. און װירקלעך, הר ב צבי אליד,ו האט געענטפערט מיט חכמה און חריפות און ר׳ אײזעל חריף האט געפםקנט, אז ר׳ צבי אליהו זאל בלײבן רב אין דראהיטשין. ר׳ ישראל װאלע־ װעלסקי וד,אט זיך ׳אונטערגעװארפן זײן גורל און האט פארלאזט דראד,יטשין און זיך באזעצט אין יאנןדוע.

passage_9208343626afd1beaa7a316d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3855-4642

נאך הרב צבי אליהו׳ם פטירה איז געװארן רב אין דראהיטשין זײן זון, ר׳ מנחם, און נאך מנחמ׳ען איז דער כםא הרבנות אריבער צו זײן אײדעם, הרב ר׳ אײזיק יעקב קאלאנקאװיטש, װעלכער איז געװען דער לעצטער רב אין דראהיטשין. • דאס דאזיקע איז איבערגעגעבן געװארן, װי הרב י׳ בארי שרײבט, לויט דעם ״דראהיטשינער פנקס״, אין װעלכן עס זײנען געװען פארצײכנט היסטארישע פאסירונגען אין משך פון סצז יאר. דער ״פנקס״ האט זיך די לעצטע יארן געפונען בײ ר׳ זושא װארשאופםקי. אין יאר 1941, װען די רוסן האבן פארנומען ר׳ זושען מיט זײן פאמיליע אויפן וועג צו אװעקשיקן קײן רוסלאנד, האבן זײ אויך צוזאמען מיט אנדערע דאקומענטן צוגענומען דעם ״פנקס״. פון דאמאלט אן עקזיסטירט נישט מער דער ״פנקס־דראהיטשין״. — [די רעד. ]

passage_b44d13472cb5bbb19234e3c6