Original scan
Original memorial-book scan 128
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1235

124 דראהיטשין אין זײגע צװײ טראדיציאנעלע דרשות אין יאר (שבת תשובה און שבת הגדול׳ װי דער מנהג איז דאן געװען)׳ װאם ער האט געהאלטן, און װעלכע זײנען געװען אקטועל און אויס־ געהאלטן, האט ער זי ךאממײנסט ן באצויגן אויף שטאטישע ענינים. ער האט קײנמאל נישט געמוסרט. ער האט נישט גע־ פאדערט, לימשל, פרויען זאלן טראגן פארוקן, אדער ימענער — ציצי ת א.א.װ. מחמת ער יהא ט געהאלטן, אז זײן פונקציע אלס רב איז, הויפטזעכלעך, אנצופירן מיט די שטאטישע אנגע־ לעגנהײטן. אין די קריטישע יארן פון דער ערשטער װעלט־מלחמה האט ער ארגאניזירט שטאטישע קאמיטעט ן צו העלפן די ארעמע און נויטלײדנדע. ער האט אנגעפירט א קאמף קעגן די ״ברײזלאך״, װעלכע האבן פארנוצט װײץ, קארן און קאר־ טאפ ל צו מאכן שנאפס, אין דער צײט, װען די באפעלקערונג האט געליטן הונגער. נאך דער ערשטער װעלט־מלתמה האט הרב אײזיק יעקב איבערגעגעבן זיך מיט זיץ גאנצער ענערגיע צוריק אויפצובויען די צעשטערטע און צעברענטע דראהיטשין. מיט דער הילף פון די געלטער פון די לאנדסלײט אין אמעריקע׳ איז אויפגעבויט געווארן א גרויסע שול אויפן פלאץ פון אפגע־ ברענט ן ״אלטן בית מדרש״! א גרויסע תלמוד תורה; װי אויך — א באד און ארטיזאנסקע ברינימער.

passage_e6e41eb72bd5249b4b7c658b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1237-2292

א דאנקזײן איבערגעבנקײט צו די קהלשע ענינים פון שטאט, האט דער רב זיך איינגעשאפט פיל פערזענלעכע גוטע פריינט און אנהענגער. דעם רבס הויז איז שטענדיק געווען א זאמלפונקט פון מענטשן, וועלכע זײנען געקומען צו טיילן זיך מיטן רב זייערע פריידן און לײדן. (א סוחר וואס ^האט דורכגעפירט א גוטן מסחר, איז געקומען צום רב און דער- צײלט אים אלע פרטים פון זײנע דערפאלגרײכע געשעפטן. א צווייטער סוחר איז געקומען שהאל-עצהל זײן זיך מיטן רב װי אזוי ארויסצוקריכן פון א שלעכטן געשעפט). באזיצנדיק א גוטן חוש אין מסחר, וואס ער .האט גע- ירשנט פון זײן מוטער, האט דער רב זײער אפט געגעבן גוטע עצות אין ענין מסחר. זײנע איבערגעבענע פרײנט און פאר- ערער, האבן צו דעם רב ארויסגעװיזן גרויס דרוךארץ און רעספעק און ד׳ןטן אים געשטיצט פינאנציעל בכבוד. בא- זונדערס װען דער רב איז געװארן א נשרף (צװײ מאל אין א קורצער צײט), האבן זײנע פרײנט און אנהענגער אין דרא- היטשין און א ץאמעריקע געזען, צוריק אויפצובויען א הויז פאר דעם רב װי עס באדארף צו זײן.

passage_9e0a3658ef987f0debef1c94
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2294-3299

אין יאר 1928 איז די רביצין חנה יהודית נאך א קורצער קראנקײט געשטארבן אין עלטער פון 58 יאר. דער טויט פון דער רביצין איז פאר דעם רב געװען א גרויסער קלאפ, װײל א חוץ אן איבערגעגעבענע §רוי און מוטער צו די קינדער, איז זי געװען די עקרת תבית, די שפיקערין פון דער פאמיליע. מיט יארן שפעטער האט הרב אײזיק יעקב חתונה געהאט צום צװײטן מאל מיט א בכבודיקער פרוי פון באראנאװיטש, רביצין מיכלע חפץ. מיט דער צװײטער פרוי האט הרב קאלענקאװיטש געהאט א מײדעלע, בײלע. אזױווי הרב ר׳ אײזיק יעקב האט איבערגענומען די רבנות פון זײן שװער, ר׳ מנחם, און קײץ אײנער פון ר׳ אײזיקס זין האט זיך ניט פארנומען מיט רבנות, איז די שלשלת זיצן פון רעכטס צו לינקס: הרב מנחס און רביצין רױוע מינדל רײכמאן, יוסף און שיינע גאלדע קאלענקאװיטש (אײניקלאן). שטײען פון רעכטס צו לינקס: הרב צבי אליהו רײכמאן, רביצין חנה יהודית קאלענקאװיטש, דבורה און הרב ראובן רײכ־ מאן — די קינדער פון הרב ר׳ מנחס, ז״ל •

passage_e46ffbcf074d4c8d1a3c5db4