Original scan
Original memorial-book scan 137
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1275

רבנים 133 דער עלסטער זון, משה, איז געווען א ישיבה־בחור. עס איז פון זיי קיינער נישט פארבליבן. אלע אומגעקומען. הי״ד! ר׳ אליהו װעלװל׳ס פאטער, ר׳ חיים בער׳ן, ה^::ן די דייטשע רוצחים דער׳הרג׳ט לעבן זיין הויז, און א גוי, א שכן, האט אים מקבר געווען ביי אים אויפן הויף... הי״ח.. רבנים יוסף דוד שוחט, יעס כ און הערשל שוסטער ז״ל הרב ר׳ יוסף דוד שוב, ז״ל (״ר׳ יאסל.דוד דער שוחט״), האט געשטאמט פון א פאמיליע פון װויל־לערנער אין דראהיטשין. ר׳ יאסל־דוד מיט זיינע ברידער, ר׳ יעקב (יעקב) און ר׳ הערשל, האבן יארן לאנג געלערנט אין ישיבות און געווען מוסמכים. זיין שוועסטער האט געהאט פאר א מאן דעם אבלער רב׳ס א זון, א למדן, װעל־ כער איז, ליידער, זייער יונג געשטארבן. ר׳ יאסל דוד׳ס פאטער, ר׳ סענדער שוסטער (אזוי איז געווען זיין פאמיליע־ הרב ר׳ יוסף דוד שוב, הי״ד נאמען), װעלכער האט פארקויפט טאנדעטנע שטױול צו די פויערים, איז געווען א פשוט׳ער בית־מדרש־ײד. מיט זיץ מוטער, זיסל, האט גע־ טראפן אין דער יוגנט, ל״ע, אן אומגליק: זי האט צעבראכן א פוס און געבליבן א קאליקע אזיפן לעבן. האבן ווייבער געזאגט, אז דערפאר האט גאט איר אפגעצאלט און מזכה געווען מיט .גוטע קיגדער. אלע האבן זיסלן .מיט סענדערן מקנא געווען די קינדער לומדים.

passage_73b4c7e6e7f00f3d2eb783e4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1277-2559

אין 1912 האט ר׳ יאסל דוד חתונה מיט מאריאשע האפ־ מאן, די טאכטער פון ר׳ בנימין משה דעם שוחט פון דראה־ היטשין. נאך דער פטירה פון זיק שװער איז ר׳ יאסל דוד געװארן שוחט אין דראהיטשין. ער האט דאן אויך געטוישט זײן פאמיליע־נאמען פון ״שוסטער״ אויף ״שוב״ (שוחט ובודק). ר׳ יאסל דוד איז געװען שטארק אקטיװ אין דראהיטשער קהל׳שן לעבן. זײן טאלאנט אלס בעל דרשן האט אים פיל געהאלפן אין זײן עסקנות. אויף אלע שטאטישע אסיפות איז ער געװען דער ראש המדברים. ער האט אויך געזאגט דעם בלאט גמרא אין אלטן בית מדרש. אין יאר 1920 איז אים, ל״ע, אפגעשטארבן די פרוי, מאר יאשע, און האט אים איבערגעלאזט מיט צוויי קליינע קינדער, א ײגג ל און א מײדל. שפעטער האט ער חתונה צום צװײטן מאל און געהאט נאך א מײדעלע. זײן זון, בגימין משה, האט געלערנט אין ישיבות. זײן טאכטער, נחמה, האט אין דער צייט חתוגה געהאט קײן קאמין־קאשירםק. ר׳ יאסל דוד׳ס צװײטער ברודער, יר׳ יעקעף, האט געטאן א שידוך אין קאװעל, און דער יינגםטער ברודער, ר׳ הערשל, האט חתונה געהאט קײן רוזשיגאי און דארט זײנען זײ פאר־ בליבן װוינען. פון דער דאזיקער גרויסער פאמיליע איז קײן אײנער נישט פארבליבן. אלע זײנען אומגעקומען. הי״ח (זע זײט 149, 150.) חר כאשר כפרעזאװםס י ז״ל

passage_d7355f71e014f3236887db2d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2561-4001

תיי באשר בערעזאװםקי, ז״ל, איז געבוירן אין דראהיטשין. זײן פאטער, יצחק בערעזאװםקי, האט געהאט זײן הויז לעבן בריק, אויף קאברינער גאס. װעגן הרב בערעזאװםקי׳ן האבן מיר כמעט גאר קײן ידיעות נישט. מיר װײסן בלויז אז ער איז געװען רב (נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה) ערגעץ אין א שטעטל לעבן לאמזשע. און איך געדײנק נישט, אז ער זאל האבן װען עס איז געקומען מיט א באזוך קײן דראהיטשין. ר׳ אשר בערעזאװםקי, מיט זײן פאמיליע און קהלה, זײנען אומגעקומען. הי״ד. ר׳ יצחק סידור (םידאראװ) אין אנפאנג פון 19־טן יארהונדערט איז אין דראהיטשין געװען חזן־שוחט ר׳ יצחק בר׳ אברהם. פון װאנען ר׳ יצחק שטאמט װײסן מיר נישט. און װען ער איז אנגעקומען קײן דראהיטשין איז אויך נישט באװוסט. װעדליק עס זעט אויס האט איינער פון זײנע זין, יואל משה (געבארן כסלו, 1818), גע׳ירש׳גט זײן שטעלע אין דראהיטשין. ר׳ יואל משה׳ס שטעלע האט פארגומען זײן זון ר׳ יצחק סידור (סידאראװ), אדער װי ער איז געװען באװוסט אונטערן נאמען ״דער אלטער חזן״. ער איז געװען אן אײדעם פון אן אנגעזעענער גראדנער משפחה. ר׳ יצחק איז געװען א באגאב־ טער חזן, װעלכער איז געװען בארימט אין גאנצן געגענט. ער איז געשטארבן אין טיפן עלטער (ארום 1910). ער האט געמוזט אלט זײן ארום 90 יאר. ר׳ יצחק םידור׳ס פרוי, חיה־גיטל, באװוסט אלם ״די חזנ׳טע״, איז געװען א אשה צנועה און אן עםקנית און זײער פאפולער אין שטאט. (זע זײט 110)

passage_903f406c769cc50abe84cb93