רבנים 147 א ן שװעמלאך׳ װעט זײן פלײש׳ און איך װעל אריבערגײן צו אױואנען און בארגן בײ אים א ״גארניץ״ װײץ און דאם צעמאלן אין דער ״זשארנע״ (קלײן האנט מילכיל) װעט זײן מעל אויף חלה. און אזוי האט מען געפראװעט יום־טוב. אײדער דער זײדע איז געװארן באקאנ ט אלס גוטער־ ײד׳ האט געטראפ ן אן אומגליק אין דער פאמיליע׳ ל״ע. א שכן׳ א ײד׳ האט געגעבן א פאטש אײנעם פון זײדענס זין׳ און ער איז פון דעם פאטש געשטארבן. דער זײדע האט זיך ארויםגערעדט: ״אביטערן סוף זאל ער האבן פאר מײן זון״... און עס האט לאנג נישט גענומען און דער ײד איז אראפ פון זינען און אנגעהויבן בילן װי א הונט. אויך די קינדער האבן אנגעהויבן בײ אים׳ ל״ע, אויסצושטארבן. נאר אײן טאכטער איז פארבליבן פון זײן פאמיליע. מיט יארן שפעטער, װען דער זײדע איז שױן געװען אין דראהיטשין׳ זאגט ער׳ אײנ־ מאל אין א פרי־מארגן, צו דער באבען: ״הײנט װעסטו אויס־ טײלן עטלעכע זלאטעם מער׳ װי תמיד׳ אויף נדבות; מחמת די טאכטער פון יענעם און יענעם ײד, װאם װאנדערט ארום איבער דער װעלט װעט הײנט דא זיץ. און כך הוה. עס האט זיך געעפנט די טיר און עס איז ארײנגעקומען אן ארעמע פױו י און זיך פארגעשטעלט, אז זי שטאמט פון כאלאזשין... די באבע האט שוין אלץ פארשטאנען...
עם האט אמא געטראפן, אז מען האט ביים זײדן צוגע׳גנב׳עט די קאװאדלע און ער איז געבליבן אן פרנסה. האט דער זײדע געזאגט, ״דער גנב זאל נישט דערלעבן צו ארבעטן אויף איר, און דער װאם װעט ארבעטן אויף דער ק$עואדלע זאל זיך צעדרייען די הענט״. אין קורצן נאכדעם דעתויםט מען זיך, אז דער גוי׳שער שמיד, װאם האט גע׳גנב׳ט די קאװאדלע איז דערשטיקט געװארן אונטער א פור מיט קוילן. און די װאם האבן אפגעקויפט די ל^־ואדלע האבן בשום אופן נישט געקענט ארבעטן אויף איר. סוף האט מען די קאװאדלע צוריקגעבראכט צום זײדן. דער זײדע האט שוין דאן קײן סאך נישט געארבעט. די מערסטע צײט פלעגט ער לערנען און דאװנען. דערפאר האט די באבע פארנומען זײן פלאץ אין קוזשניע און געהאלפן דעם ארבעטער קלאפן מיטן האמער. שפעטער פלעגט זיך דער זײדע בארימען, װאס פאר א גוטע פרוי ער האט ׳װײל א דאנק איר׳ װאס זי האט פון אים אראפגענומען דעם עול הפרנסה האט ער געקענט זיצן על התורה ועל העבודה און א דאנק איר איז דער זײדע געװארן א רבי...
אין דער ערשטער װעלט־מלחמה׳ װען דער פראנט האט זיך פאררוקט אש קיט כאלאזשין׳ האט דער זײדע אין א ױם־כיפור נאכט נאך כל נדרי ארוים אין גאם צו כאפן אביםל פרישע לופט. דער דײטשער פאטרול האט אים נאכ־ געשריגן צו בלײבן שטײן. גאר װי דער זײדע האט גוט נישט געהערט, איז ער געגאנגען װײטער. האט ער דערפאר באקומען פון דײטש 2 קוילן. די דײטשן האבן געבראכט פון בערלין 2 דאקטוירים׳ וועלכע האבן דעם זײדן אפערירט און גערא־ טעװעט דאם לעבן. אבער אין גאנצן צו די כוחות איז ער שוין נישט געקומען פון דער איבערלעבונג. קורץ נאכדעם איז דער זײדע מיט זײן פאמיליע ארי־ בערגעפארן קײן הארבאכע׳ א דארף׳ א 18 קילאמעטע ר פון דראהיטשין. אלס קינד געדענק איך, װי הונדערטער מענטשן די לויה פון דעם כאלאזשינער רבי׳ן (דעם שמיד), ר׳ אליהו מרדכי לעװינאװיץ, ז״ל. נפט ר געװארן דעם 20טן אקטאבער, 1932. געקומען צו קבורה אויף דעם דראהיטשינער נ״ע ם בית־עולם.