Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 152
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-944

148 דרא הייטשין פון װײטע געגנטן פלעגן קומען צום זײדן נאך עצות און ברכות. זײן התנהגות פלעגט זײן אזוי: ער פלעגט אן עפע טאן א םפר, א קוק טאן און דערגאך טאפן מיט די פיגגער. האלטנדיק פארמאכט די אויגן. אמאל פלעגט ער עס איבער־ חזר׳ן א דרײ מאל, עפענען דעם ספר און פארמאכן ביז ער פלעגט געפינען דעם גוטן פםוק און ער פלעגט געבן זײן ברכה. אויף זיק טיש זײנען געװען אויסגעשטעלט פיל צדקה־ פושקעם, פארשלאםענע, אין װעלכע ער פלעגט ׳הײםן ארײנ־ װארפן די פדױנות, װאם די באזוכער פלעגן אים געבן. יעדן ערב ראש חודש פלעגט דער זײדע ארײנרופן אײנעם פון די שוחטים, אמאל יום ףוד שוב און אמאל משה פרעגער, און פלעגט מיט זײער הילף פארטײלן דאם פדיון־ געלט פאר די ישיבות, תלמוד־תוחה׳ם און םתם נויטבאדערפ־ טיקע יקדן. אויף אלע געלטער, װאם דער זײדע האט פאר־ טײלט פלעגט ער פאדערן קבלות, װעלכע ער האט אפגעהיט װיאן אויג אין קאפ.

passage_0c282e2e475361e190ae11ee
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 946-1501

אײנמאל איז אויסגעבראכן א שרפה אין דראהיטשין און דער פײער האט זיך צוגעקליבן צו חײקע דער אפטײ־ קערקעס הויז. איז חײקע געקומען צולויפן צום זײדן מיט א גװאלד, ער זאל ראטעװען איר הויז. איז דער זײדע גע־ קזמען און זיך אװעקגעשטעלט מיט זײן שטעקן בײ דער װאנט, װעלכע האט זיך שױן אנגעהויבן םמאליען. דער זײדע האט אויפגעהויבן זײן שטעקן און דער פייעד איז געבליבן הענגען אין דער לופטן. חײקעס הויז איז געבליבן גאנץ. די געםמאליעטע װאנט איז געבליבן אן עדות פון דעם געשעעניש פאר יארן שפעטער.

passage_4af8a027cbe4ce9f418006ba
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1503-2828

אברהם בוים, יעקב שמעון דעם קצב׳ס זון, האט אדורכ־געמאכט זייער שווערע צײטן. עם איז אים נישט געגאנגען אין פרנםה. צום שלים־מזל האבן די פאליאקן צוגענומען בײ אים א םאך שטיקלאך (בהמות) און עם איז כמעט נישט געווען קײן ברויט אין שטוב, איז אברהמ׳לע געקומען צום זײדן נאך אן עצה. זאגט צו אים דער זײדע: ״גיב אן א ביטע צו דער רעגירונג פאר א קאמפענםאציע פאר די בהמות, װאם מען האט בײ דיר צוגענומען״. פון אנפאנג האט אברהמ׳לע נישט געוואלט דאס טאן. װאם װעט פון דעם ארויסקומען ן ■ — האט ער גע׳טענה׳ט. אבער, װען דער זײדע האט געזאגט, אז ער װעט זײן א שותף צום עםק, האט אברהמ׳לע בוים אנגעגעבן אויף א קאמפענםאציע און האט עם טאקע באקומען. איז בוים געקומען צולויפן צום זײדן: ״רבי״, זאגט ער, ״װאם װעט זײן מיט דעם שותפות יי״ זאגט צו אים דער זיק־ע, גיב מיר א פלעשל בראנפן צו מאכן קידוש אין שבת און דאס װעט זײן מײן חלק אין שותפות. און אברהמ׳לע בוים האט צוגעשטעלט װײן אויף קידוש יעדן שבת פארן זײדנ׳ם מנין. דעם זײדנ׳ם זון יצחק האט געהאט א פאבריקל פון םאדע־װאםער. האט זיך געמאכט א מעשה, און דער אקציזניק האט אין פאבריקל געפונען םאכארין. פאר דעם האט דעם זײדנ׳ם זון געדראט עטלעכע יאר טורמע. איז דער זון צוגעשטאנען צום טאט ן (מיק זײדן), ער זאל אים ראטעװען.

passage_3c531808c203f6bb7950afc8
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2830-3794

פון אומגליק. אבער, דער זײדע האט אים ממש ארויסגעטריבן פון זײן צימער און געזאגט: ״דו ביסט אלײן שולדיק, האסט געזינדיקט טא מוזטו לייזן!״ זײן זון האט אבער נישט גערוט. ער האט אנגעשטעלט מענטשן, די שוחטים, גדלי ה גראמאן או.א. און זײ האבן געפועלט בײם זײדן, ער זאל ראטעװען זײן אײגענעם זון פון אומגליק. פארן גײן אין געריכט האט דער זײדע אנגעזאגט זײן זון, אז ער זאל זאגן א געװיסן יפםוק און זאל שטײן גלײך און קוקן דעם ריכטער אין די אויגן. ער זאל זיך בשום אופן נישט ארומקוקן, אפילו, װען ער זאל הערן זײן נאמען רופן. און דאם געריכט האט אים באפרײט. ראש השנה, 1932, קומט דער זײדע פון שוהל אהײם און קלאגט זיך, אז ער פילט זיך נישט גוט. די גאנצע משפחה האט זיך דערשראקן. נאך אלעמען איז דער זײדע שױן געװען אין די אכציקער. און צו דעם האט מײן מוטער (זיץ טאכטער) געשװאנגערט מיט איר צענט קינד. דאם האט אויך געלאזט נאכצודײנקען...

passage_74c55a90c0608d2ea7cb8a07
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3796-5218

נא ךראש השנה רופ ט דע ר זײדע ארײן צו זיך זײן זון און זאג ט אים: ״עם, איז א שלעכטער חודש״ • ״פארװאם״ װונדער ט זיך דער זון. ״עם פעל ט דיר געלט אויפ צדקה איך װעל דיר אויסבארגן!״ ״נײן, נישט דאם מײן איך״, ענטפער ט דע ר זײדע. דע ר זײד ע שיק ט רופ ן דע ם שוחט ר׳ ױםף דוד שוב, מיט װעמען ער האט געד,א ט א לענגערן געשפרעך און זאג ט אים אן, אז מען זאל אים מיטגעבן אין קבר זײנע צװײ זעקעלעך מיט קבלות, װעלכע ע ר הא ט אין זײן לעבן אנגעקליבן פא ר צדקה געבן. די צװײ זעקלא ך קבלו ת זײנע ן געהאנגע ן אויפן װאנט פאר זײנע ן אויגן. דעם זעלבן שבת יהא ט מײן מוטער אנגעהויבן גײן צו קינד. האט מען געדארפט ברײנגע ן ודע ר אקושערקע, שרה פיאםעצקי. אבע ר בערל דע ר בעל־עגל ה הא ט צולי ב שב ת נישט געװאל ט שפאנען זײן פערד. הא ט דע ר זײדע באפוילן צו בערלען, ע ר זאל אומבאדינגט, תיכף, שפאנען זײן פערד און ברײנגע ן דע ר אקושערקע צו דער ױלדות. ג־ט הא ט געהאלפ ן און עם איז געבארן געווארן א ײנגל. דע ר 10־טער אײניקל פון זיץ טאכטער. די באבע גי ט אים א פ מזל־יטוב. זאג ט דער דער זײדע, מען זאל דעם נײעם אײניקל א נאמען געבן: אליהו מרדכי... איז געווארן א טומל אין שטוב, םטײטש, װאם הײםט, ם׳פעל ן דע ן נעמע ן ב ײ ײד ן ז א ון עם אי ז געװארן באשלאםן, אז דאם, ׳מא ל װעט מען,ניש ט פאלג ן דע ם זײדן, דע ם גוטן־ײד... אבע ר פונק ט אי ן דע ם טא ג פו ן ברי ת הא ט דע ר זײזד ע פלוצלונ ג אויםגעהויכ ט זײ ן הײליק ע נשמה...

passage_2f0868379f7ddfd806d4af56
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5220-5669

דעם זײדנס װונטש איז דערפילט געװארן. נאך דער לוי ה פון זײדן האט מען געמאכט דעם ברית פון זיץ אריניקל און מען האט אים א נאמען געגעבן — אליהו מרדכי... צו דער לוי ה פון זײדן זײנען געקומען הונדערטער מענטשן פון גאנצן געגנט ארום. די צייטונגען האבן געשריבן לאנגע באריכטן װעגן דער לוי ה און געגעבן אפשאצונגען פון דעם ״כאלאזשינער שמיד״ און רבי... ױם ה׳ טבת, חשי״א, חיפה, ארץ־ישךא ל (51־1־4).

passage_995517647fba5eefe56929aa