Original scan
Original memorial-book scan 159
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1414

רבנים 155 \זרבתב .ב . װאר{גזאװם־ 2 \ י דער לעצער רב פון דער לעצמער קהילה די זון האט, ווי תמיד, געשײנט העל און דאס גאנצע שטעטל האט זיך געטונקלט אין דער ליכטיקײט פון די זונען־ שטראלן. איך האב געשפרײזט איבער די גאסן פון דראהיטשין און צו זיך געזאגט: זע נאר, װי קײן זאך האט זיך דא גארנישט געענדערט. מענטשן גײען און אײלן אין פארשײדענע ריכ־ טונגען. באקאנטע פנימער, מיט שמײכלענדיקע אויגן זײנען מיר פארבײגעגאגגען און שטומערהײט פארשװונדן פון מײן בליק... איך האב זיך פארקירעװעט אין דער ריכטונג פון דעם רב׳ס הויז. איך עפ די טיר פון הויז, הםם... מאדנע, אוי ך דא האט זיך גארנישט געביטן. אלצדינג איז דא אויף זײן ארט װי פריער. אין דעם פראנט־צימער, אין בית־דין־שטוב, זיצט, װי שטענדיק, דער גרײז־גרויער רב בײם גרויסן טיש און שאקלט זיך שטיל איסער א םפר. דער רב זעט מיך גישט... איך קוק ארײן אין אלע צימערן, אומעטום הערשט א טויטע שטילקײט. עס איז שרעקלעך שטיל. עס באפאלט מיך אן אזמהײמלעכקײט — און איך האב זיך אויפגעכאפט... עס איז געװען א חלום... עס איז דער חלום, װעלכן איך חלום טאג און נאכט, שטענדיק, זינט איך האב פארלאזט מײן הײם, עלטערן, דעם רב, פרײנט און מײן שטעטעלע מיט אירע ײדן... עס איז א חלום... עס גלויבט זיך נישט, אז אלע, זײ, דארטן, זײנען טויט... נײן: עס קען נישט זײן! עס איז אוממעגלעך, אומ־ גל ^ יבלעך!.. .

passage_f335c47af419e2c068f04465
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1416-2752

עם איז געװען א חלום. פארשװונדן זײנען די זוגען־ שטראלן; פארשוװנדן זײנען די ליכטיקע געשטאלטן... ארום מיר איז א פינצטערער װאקואום. דאם געמיט איז אזוי שװער, און א שטארקע בעגקעניש און קלעמעניש צערײסט דאם הארץ... אין דער זעלבער פאזע, װי איך ד׳אב אים געזען אין חלום (דא לעצטנם), אזוי האב איך אונדזער רב, הרב ר׳ אײזיק יעקב קאלענקאװיטשן, הי״ד, געטראפן מיט צען (10) יאר צוריק (יפונקט ווערט דעם חודש 10 יאר), װען איך בין גע־ קומען צו געזעגענען זיך מיט אים. און אין דער זעלבער פאזע האב איך דעם רב איבערגעלאזט, שאקלגדיק זיך איבער א גמרא, און א טיפער באהאלטענער צער האט ארויםגעקוקט פון זײנע אויגן פון אונטער זײגע דיקע אויגן־גלעזער. איך האב געהאט די זכיה, נאך פון מײן פריסטע ױגנט, צו זײן א בן־בית בײם רב אין הויז. דעם רב׳ם הויז איז פאר מיר געװען מײן צװײטע הײם. עס איז געװען מײן גרעסטע תענוג צו זיצן בײם רב אין שטוב; מחמת א חח אין לערנען, האט מען מיטן רב געקענט שמועסן אין װעלטלעכע ענינים, הגם זײן אויסערלעכער אויסזען איז גיעװען גרוי און אלט (ער האט זיך געעלטערט פאר דער צײט) איז אבער זיץ הארץ געװען פריש און ױגג. מען האט זיך מיטן רב געקענט באראטן און שואל־עצה זײן, װי מיט אן אײגענעם פאטער און נאך אינטימערער. ער האט אנגעפילט ױנגע הערצער.

passage_de144065fda87b3e1fb66687
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2754-3782

הרב ר׳ אײזיקי. קאלענקאװיטש, הי״ד, איז געװען באמת א נחבא אל הכלים. ער איז אנטלאפן פון כבוד און אויסגעמיטן פרסום. ער האט במציאות נישט געװוסט װאם כבוד איז. זיץ גאנצן לעבן איז דער רב געװען א יושב אהל און א מתמיד גדול! זעלט ן װען, אז הרב קאלענקאװיטש האט פארלאזט זיץ קהלה. איך געדענק גארנישט, אז ער זאל װען עס איז האבן אװעקגעפארן ״דאטשע־וען״ אויף חדשים, װי אנדערע פלעגן עם טאן, הגם זײן שװאכער געזונט־צושטאנד האט עס גע־ פאדערט. דער רב איז שטענדיק געװען אויף זײן פלאץ גרײט צו ענטפערן א שאלה, א דין אדער סתם אויסהערן א צע־ בראכענע הארץ און געבן א ײדן אן עצה טובה און א טרײסט. דער רב האט געדינט זײן קהלה װי א געטרײער שומר. און װען קײן שאלות און דינים זײנען נישט געװען, פלעגט דער רב זיך װידער פארטיפן אין א גמרא. זײן שװא־ כע גוף פלעגט זיך פאמעלך און שטיל באװעגן, נאר פון צײט צו צײט פלעגט זיך ארויםרײסן פון זײן הארץ א טיפער זיפץ באגלײט מיט א שטילן ניגונדל: ״אוי, אמר רבא״...

passage_569c6b1184aac149e270fcfc
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3784-4803

הרב קאלענקאװיטש, זצ״ל, האט קײנמאל נישט געהערט צו קײן שום פארטײ, און איז געשטאנען װײט פון פאליטישן לעבן. ערשט איצט, װען איך האב קענע ן געלערנט דעם אמת׳ן פרצוף פון פארטײען און פאליטיקער, װײס איך װי אפצושאצן אט די גרויסע מעלה וואס אונדזער רב האט באזעםן. א דאנק דעם, טאקע, האט דער רב געקענט זיך דערהויבן צו א הע־ כערער מדרגה פון מענטש און אמתן תורה־ײד, און.נישט װערן צעריסן פון פארטײאישער קנאה־שנאה. הרב קאלענקאװיטש, זצ״ל, קען מען זאגן, האט געהערט צום טיפ רב פון אלטן דור. ער איז געװען א טיפזיניקער, לאגישער למדן, א גרויסער בקי און ירא שמים. און צו דעם אלעמען איז ער יגעװען א נוח לברױת, אן עםטעט און שטרענ־ גער היגיעניסט. הרב קאלענקאװיטש, זצ״ל, האט פײנט געהאט די װא־ סערדיקע פוסטע פאליטישע דרשות. ער האט פיל נישט גע׳דרש׳נט. אבער זײנע א דרקזה איז געװען א שטיק תורה. מ׳האט געדארפט צולײגן קאפן און פארשטײן זײנער א דרשה. הרב ר׳ אײזיק יעקב הפהז קאלענקאװיטש, הי״ד, איז געװען

passage_3b0622153efdcdc86d175bcd