Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 162
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1288

דערקלערונג פערעדאקציע די דאזיקע אפטײלונג װעגן רבײם און תםידים־ושטיב ל פון דראהיטשין איז געשריב ן געװאר ן פון זלמן שעװינםקי . הגם די דראהיטשינער קהלה איז אין איר מערהײט בואשטאנען פון לויטער מתנגדים׳ יאדהאט ער׳ אלם אײנער װאם איז דערצויגן געװארן אין חםידישן גײםט׳ געפונען יפארזיץ חוב צו װידמען דאם חםידים־שטיבל און חםידים אין דראהיטשין א באזונדער ^טײלונג׳ װעלכע איז אויפגעשטעלט געװארן אויף זײן פארלאנג אץ אחרייות.. . װי קלײן דער חםידישער צבור אין דראהיטשין זאל נישט האבן געװען׳ האט ער דאד׳ לויט זײן מײנונג׳ פאחדינט די דאזיקע םפעציעלע אפהאנדלונג פון עטלעכ ע בלעטלאך אין בוד ״דראהיטשין״. דער חםידישער צבור אין דראהיטשין איז אפש ר געװען קליץ אין כמות׳ איז ער אבער געװען גרויס אין איכות. װען מיר זאגן חםידים אין דראהיטשין מײנען מיר די גאנצע קאברינער דינאםטיע׳ דעם חםידישן שטאם׳ פון װעלכן דראהיטשינער חםידים־שטיבל איז געװען א צדװיג׳ און װאם נעמט אריץ׳ פארשטענדלעד׳ די קאברינער רבײם׳ װעלכע זײנען געװען די מדריכים׳ די גײםיטיקע פירער פון דראהי־ טשינער חסידים. און דאם פארענטפערט שוי ן במילא די קשיא פון די יעניקע׳ װאם װילן אדער װעלן פרעגן: װאס פאר א שײכות האבן קאברינער חסידישע רבײם צו דראהיטשין? יא׳ זײ האבן א שײכות.

passage_95197e60a47905aa65da60a8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1290-2395

דער חסידישער רבי האט געמוגט לעבן אין קאברין אדער אפשר נאך װייטער, אבער זײן גײסט האט געשװעבט אין חלל פון דראהיטשינער חםידים־שטיבל. דאס חםידים־שטיבל האט געהאט שטימונג; א שטימונג פון יראת־הרוממות, פון שמחה און פון בטזזון. די גאנצע אטמאספער איז געװען אנגעזאפט מיט ײדישקײט. און די דאזיקע ײדישקײט האט זיך ניש׳ט געלאזט אײנשליסן אין די פיר װענט פון שטיבל; זי האט דורך פענסטײער און טירן זיך געריסן אין גאס ארײן. :דער עכּא פון חסידישן ניגון און זמר פון שטיבל האט אפגעקלונגען אויך אין פיל נישט קײן חםידישע יידישע אװערן איבערן שטעטל. און ײדן זײנען געקומען: זײ זײנען געקומען םפעציעל אין די װינטערדיקע שבת־טעג, אנצװוארעמען זיך בײ דעם חסידישן פײער. און װער רעדט נאך, אז דער רבי פון קאברין איז געקומען צו גאסט צו זײנע חסידים אין דראהיטשין, דאן איז דאם חםידים־ שטיבל געװען צו־קלײן ארײנצונעמע ןאלע געםט און די נײגעריקע פון שטעטל. דאס איז דאס קאפיטל־חסידות.פ ץ דראהיטשין, װעלכער איז לײדער ניש ט געװארן אויסגעלײענט ביז צום סוף און איז הײנט צעשטערט און פארברענט.

passage_3f1347c4fdefea5614d2f802