זלנז ן שנוװינגזגן י (שיקאגא) דא ס חסיױם־שסיכל מײן פאטער ׳ ר ׳ נחום שעװינםקי, ע״וד ״ א געבוירענער פון קאברין ׳ האט נאך זײן חתונה זיך באזעצט אין דראהיטשיז • אין יענער צײט זײנען אין דער מתנגדישער דראהיטשין געװען א קלײנע צאל קאברינער חסידים, װעלכע האבן אפילו נישט געהאט קײן אײגענעם פלאץ צו דאװנען. פלעגן זײ זיך צוזאמענקומען אין פריװאטע הײזער און דאװנען דארט נאר שבת און ױם טוב. מײן פאטער, דעם חסיד, איז דאס אומ־ װאנדערן פון הױז צו הױז ניט געפעלן געװארן און ער האט זיך אנטשלאסן צו בויען א שטענדיקן פלאץ פאר די חםידים, א חסידיש־שטיבל צום דאװנען א גאנצע װאך, און דארט זאל אויך זײן א פלאץ פאר דעם קאברינער רבין, װען ער קומט קײן דראהיטשי אויף שבת פרשה ״חײ שרה״. זײענדיק פון דער נאטור אן ענערגישער מאן, האט מײן פאטער אן װײ־ טערדיקע שהױת אנגעהויכן צו פארװירקלעכן זײן פלאן. ער האט זיך באראט מיט ר׳ בנימי ז משה׳ן דעם שוחט, ר׳ שמעון נאהוריער, ר׳ אברהמ׳ל דעם םטאליער, ר׳ לײזער אדלער, ר׳ יצחק אבגדור טעלעכאנסקי, ר׳ יעקוב אײזענבערג (דובאװײער), ר׳ יצחק בנימין קופער, ר׳ אריה ליב גינגאלד און יאסל יצחק אבראמאװיטש פון װאגזאל — אלע קאברינער חסידים — און גלײך איז געקויפט געװארן א פלאץ אין א געסל לעבן אלטן בית המדרש, אויפן וועג צום אלטן בית־ הקברות.
מען האט זיך תיכף גלייך געשטעלט בויען דאס שטיבל. ווען די ■פארברענטע מתנגדים האבן דערזען אז מײן פאטערס אידײע איז שוין ניט מער קײן חלום •נאר א װירקלעכקײט, האבן זײ אנגעהויבן צו שטערן און מיט פארשײדענע מיטלען פרובירט אפצושטעלן די ארבעט. צװישן די געגנער זײנען אויך געװען מיטגלידער פון אונזער אײגענער משפחה • פון דער מאמעס צד. נאר זעענדיק אז זײ קענען גארנישט אויפ ־ טאן, האבן זײ אנגענומען דעם סאמע לעצטן מיטל: מםר ן פאר דער רעגירונג. אין רוסלאנד איז דאן געװען א געזעץ אז א יידישע שול טאר זיך ניט געפינען צו נאענט צו א פראװאסלאװנער קירכע, און דאס שטיבל איז געבויט געװארן נישט װײט פון דעם שטעטלדיקן קלויםטער. װימנדי ק דעם דאזיקן געזעץ, זײנען די מתנגדים אװעק צום גלת און אים צוגערעדט ער זאל זען אפשטעלן די ארבעט פון שטיבל, און אויב ער אלײן װעט נישט קענען העלפן, װעט מען זיך זען װענדן צו העכערע אינסטאנצן. דער גל ח האט גלײך געהײםן רופן מײן פאטער און ער האט אים אנגע ־ זאגט מיטן הארבן װארט מען זאל גלײך אפשטעלן די ארבעט.
זײן הויפט־ימאטױו איז געװען: אזױװי חסידים שרײען און ליארעמען בשעת זייער דאװנען, װעט עס געװיס שטערן די קריםטן אפצוריכטן זײערע מאדליטװעס. מיק פאטער האט דעם גלח רואיק אויסגעהערט און... האט װײטער פארגעזעצט די ארבעט. ער האט זיך אבער גלײכצײטיק געװענדעט צום גענעראל מינקאװ, דעם ראװינער פריץ, צו װעמען דראהיטשין האט באלאנגט, און אים געבעטן אז ער זאל אנזאגן דעם גלח ניט צו שטערן אין דער בוי־ארבעט. װען מען האט שוין געהאלטן בײם פארענדיקן דעם בנין, איז אנגעקומען א באפעל פונעם קאברינער אימפראװניק רינײםקי, אז מען זאל פאר׳חתמ׳עגע׳ן די געבײדע און ניט לאזן עס פארענדיקן. האט מען פארקלאפט די טירן •מיט ברעטער. ײדן האבן זיך אבער װי עס איז געגעבן אן עצה װי צו דאװנען אין שטיבל — זײ פלעגן ארײנגײן דורך די ניט־פארקלאפטע פענצטער און זיך שטעלן דאװנען...
אײנמאל פרײטיק פארנאכט, װען מײן פאטער מיט מײן עלטערן ברודער, זעליק, זײנען געגאנגן צום דאװנען, האט זײ אויפן װעג באגעגנט דער פריסטאװ ראטשטײן—וא געטויפ־ טער ײד—און ער פרעגט זײ צי זי גײען איצט ניט אין שטיבל ארײן דאװנען. מײן פאטער האט אים געענטפערט אז ער, דער פריסטאװ אלײן, האט דאך די טירן ״פארחתמעט״, טא װי אזוי קען מען ארײן? זאגט דער פריסטאװ: ״גאםפאדין שעװינסקי, מיך װעט איר דאך ניט אפנארן. איך װײס אז ײדן געפינען אן עצה און מען גײט ארײן דורך די פענצטער״. ענטפערט אים מײן פאטער: ״גאםפאדין פרייסטאװ, קומט מיט מיר װעט איר זיך איבערצײגן אז מען דאװנט ניט אין שטיבל״. ער האט דערבײ א װונק געטאן צו מײן ברודער זעליק און יעגער איז גלײך איװעק פאראױס אנצוזאגן די מתפללים אין שטיבל אז דער פריסטאװ קומט. צוקומענדיק צום שטיבל האט דער פריסטאװ דערזען װי ײדן קומען ארױס דורך די אפענע פענצטער... מײן פאטער האט געזען, אז דער פריסטאװ זאל פארשװײגן די גואנצ ע מעשה. דערזעלבער פריסטאװ האט אבער אנגעזאגט מײן פאטער אז די צװײטע װאך קומט אהער דער קאברינער איספראװניק אויסצומעסטן דעם שטח דורך דעם געםל ביז צו דער זאמד־גאס, װאס איז געװען די הויפט־גאס, און זען װי װײט שטײט דאם שטיבל פון דעם קלױסטער. ער האט דערבײ אויך געראטן מײן פאטער זיך צו זען מיטן גענעראל מינקאװ.
ד י צװײט ע װא ך זײנע ן טאק ע אראפגעקומע ן דע ר אים ־ פראװגיק , דע ר גל ח או ן דע ר פריםטאװ . מײ ן פאטע ר הא ט 159