Original scan
Original memorial-book scan 165
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1288

רבײם און חסידים 161 ר׳ משה׳לע ע״ן״ל דער ערשטער רבי ר׳ משה׳לע איז געבוידן געדוארן אין פיעםק׳לעבן קאברין. זײן פאטער איז געװען א בעקער. פון זײן ױגנ ט אן האט ער זיך אויסגעצײכנט מיט שײנע זיטן. אלס באװײז קען דינען פאלגענדע בײשפיל! משה׳לעם מוטער איז געװען א גרויסע צדקנית. זי פלעגט אויסטײלן ברויט צו ארעמעלײט, אומזיסט. עס פלעגט טרעפן, אז אײניקע ארעמעלײט פלעגן איר באליידיקן און דערמיט איר װײ־טאן. זי פלעגט דערפון זײער לײדן, צײטנװײז אויך װײ־ נען, און באקלאגן זיך פארװאס קומט דאס איר. װען דער קלײנער משה׳לע האט דערהערט אירע טענות האט ער איר געזאגט: מאמע, װען די ארעמעלײט װאלטן דיר געלויבט און געבענטשט, װאלסטו דאך געװען צופרידן. קומט אויס אז דו ביסט אויסן נאר ידײן טובה. אויב, אבער, דײנע גוטע מעשים װערן דיר באצאלט מיט באלײדיקונגען, װערן דאך דײנע מעשים געטאן בשלמות און לשמה. ר׳ משה׳לע פלעגט אפט דערצײלן, אז װען ער איז געװען א קלײן ײנגל, האט ער זיך אין חודש אלול געשפילט מיט קי׳נודער אין גאס, איז ארויס זײן שװעסטער און זאגט צו אים: אין אזעלכע טעג פארנעמסטו זיך מיט נארישקײטן? אפילו א פיש אין װאסער ציטערט. אירע װערטער האבן אויף א,ים געװירקט. ער האט אנגעהויבן ציטערן, און האט געציטערט זײן גאנצן לעבן.

passage_8f7d309153661ef74d5e6949
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1290-2477

ר׳ משה׳לע האט חתונה געהאט אין קאברין. זי ץ שװע ד, האט אים געגעבן קעסט און א קלײנע דירה, װ ו ר׳ משה׳לע ג ג 0 איז געזעסן ע ל התורה ועל העבודה. אײנמאל װען ער איז קראנק געװארן האט ער בשום אופן זיך ניט געװאלט װענדן צו דאקטוירים, ער האט געבעטן מען זאל אים פירן צו ר׳ מרדכי׳לע פון לעכועװיטש. זײן פאטער האט אים גענומען צו ר׳ מרדכי׳לע ן און ער איז געזונט געווארן. פון דאן אן פלעגט ער פארן קײן לעכעװיטש. ר׳ מרדכי׳לע פלעגט זײער שעצן ר׳ ׳משה׳לען. אײנמאל פורים האט ר׳ מרדכי׳לע געזאגט צו די חסידים: פורים איז מען מקיים ״מתנות לאבױנים״, ט א ז׳י ל יעדע ר אײנע ר זאג ן צו װאם פאר א מדרגה ער װיל גרײכ ז אין עבודת הבורא און זיץ בקשה װעט דערפילט װערן. יעדערער האט אויסגעדריקט זײ ז פארלאנג חו ץ ר׳ משה׳לע. —פארװאס שװײגסט װ— פרעגט אים ר׳ מרדכי׳לע. —איך, ענטפערט ר׳ משה׳לע, הא ב פיינ ט מתנות. איך װיל דערגרײכן צו דער הויכער מדרגה פון עבודת הבורא נאר דורך יגיעה כפי. מען האט געפרעגט ר׳ משה׳לע ן פארװאם ער גיט ניט ארויס קי ץ םפר. האט ער געענטפערט! כ׳הא ב שוי ן ארויס־ ועגעב ן א ספר. מי ץ םפ ר הא ב איך אנגעשריב ן אויף די הער־ צע ר פו ן ד י ײדישע מאםן.

passage_1b3d3a97e20ccb818f2bed09
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2479-3920

צור׳ משה׳לע סלװי הזײנען געקומען אסך תסידים מיט ר׳ יהושע׳לע אםטראווער צװישן זײ. װען מען איז צוריק־ געקומען פון בית־הקברות, איז ר׳ יהושע׳לע ארי ץ אין ר׳ משה׳לעס צימער און האט דארט אביםל פארבראכט ביחידות. ארויסגײענדיק האט ער געזאגט: איך האב געהערט דברי תורה אין קאברין, װעל איך זײ איצט איבערזאגן אױף קאברין. אויפן פסוק ״קדושים תהױ כ י קדוש אני ה״׳, פלעגט ר׳ משה׳לע זאגן: קדושים תהױ, בעל כרחכם װעט איר װערן קדושים, װײל איר האט א חלק פון דער געט־ לעכקײט אין זיך. ער פלעגט אױך צוגעבן: ״כי קדוש אני ד״׳. איך װײם און פיל די קדושת הבורא, אבער איך באזיץ ניט דעם כח אויסצודריקן מיטן מויל אלץ װאס איך פיל אין הארצן. אט דעם געדאנק, האט פארגעזעצט יהושע׳לע אסטראװער, װיל אײך זאגן אויפ קאברין: איך װײם און פיל די הײליקײט פון קאברין, אבער איך באזיץ ניט די יכולת אויםצודריקן דאס מיטן מויל. אין אוהל פון ר׳ משה׳לע הײנגט אין א ראם אן אויסצוג פון זײן צװאה! ״יעדערער װאס והעט האבן די העזה צו רעדן װעגן מיר גוטעס בלשון גוזמא, װעל איך זיך נוקם זיץ אין אים, אבער יעדער אײנער מעג זאגן װעגן מיר אז איך בין געװען אן אוהב ישראל. איך אלײן פלעג דאס זאגן אױף זיך אלײן, מעגן דאס אנדערע אױך זאגן װעגן מיר. ״ ר׳ משה׳לע איז געװען רבי 26 יאר. ער איז נפט ר געװארן סח ניסן, ־^^ 43 וי ץ * תורה־װערטלאך פון רכושה׳לע ן ז״ל די נשמה און דער יצר הרע

passage_baaf7746d4c3e01b41ffbef2
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3922-4596

״די נשמה זאגט צום יצר הרע דאם װאם אברהם האט געזאגט צו לוט׳ן: ״אויב דו װעסט גײן לינקס װעל איך גײן רעכטס, און אויב דו װעסט גײן רעכט װעל איך גײן לינקס״. ״אויב דו װילסט מיך פירן לינקס״, זאגט די נשמה צום יצר הרע, ״װעל איך דיך ניט פאלגן און איך קלײב זיך אויס רעכטס, און אויב דו װעסט מיר אפילו ראטן צו גײן מיט דיר רעכט איז בעסער איך זאל גײן לינקס״. מלואים לשולחן ערוך מײן פאטער ז״ל האט געדענקט אז צוז די פיר טיילן פון שולחן ערוך פעלט א פינפטער, װאם זאל אונז אנווינן אזוי זיך צו באגײן מיט מענטשן. איך דענק, אז ס׳פעלט נאך א זעקסטער טייל: װי זיך צו באגײן מיט אוממענטשן,

passage_ebdbba82ef1d79bd4830a8bc