Original scan
Original memorial-book scan 167
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1281

רביים חסידים 163 ענוות מען האט אים אמאל געפרעגט! װי איז דאס מעגלעך, אז דתן און אבירם זאלן זאגן אויף משה רבנו אז ער הערשט איבער זיי • די תורה זאגט דאך אויף משה׳ן ״ענו מכל האדם״. האט ר׳ משה׳לע דערקלערט: ״ווען משה איז געזעסן אויפן כסא הצדיק האט ער זיך געפירט װי ס׳פאסט פאר א פירער, דעריבער האבן זיי געדענקט אז ער הערשט איבער זיי. אבער אינווייניק אין הארץ איז ער געווען ״ענו מכל האדם״. די יעניקע וועלכע גייען ארום מיט אראפגעלאזטע קעפ און רופן זיך ענווים, איז זייער עניות א פאלשע. די אמת׳ע ענוות איז באהאלטן אין הארץ״. דער עיקר נאך ר׳ משה׳לעס טויט איז איינער פון זיינע תלמידים געווען ביי ר׳ מענדל קאצקער. פרעגט אים ר׳ מענדל! ״װאס איז געווען ביי דיין רבי דער עיקר?״ דער תלמיד האט געטראכט א וויילע און האט געענטפערט! ״ווען ער פלעגט זיך באשעפטיקן מיט אן ענין איז דער ענין ביי אים געווען דער עיקר״. ר׳ נח נפתלי נאך ר׳ משה׳לעם פטירה האט זיין אייניקל ר׳ נח נפתלי פארנומען זיך רבי׳םטווא. ער איז געווען רבי 35 יאר און נפטר געווארן כ״ו מנחם אב, תרמ״ט, אין שטעטל קאמען, װאלין, זיין זון, ר׳ דוד שלמה, האט פארנומען זיך פלאץ. ער איז נפטר געווארן י״א תשון, תרע״ט. ארויסגענומען פון ״ספר קאברץ״ ר׳ דוד שלמה ז״ל

passage_c4bb61cefed90399ac5cc714
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1283-2548

ד׳ דוד שלמה, קאברינער רבי, פלעגט אלע יאר נאך םוכות ארויםפארן איבער די שטעטלאך, װאו ער האט געהאט זײנע חסידים, קײן דראהיטשין פלעגט ער קומען אויפ שבת פרשת חײ־שרה. דעם רבינס םטאנציע איז געװען אין דער עזרת נשים, װו מ׳פלעגט מאכן א מחיצר״ ארײנשטעלן אהין א טישל מיט שטולן און א בעט, און דער רבי פלעגט דארט אויפנעמען זײנע חסידים און םת םבאזוכער, װאם פלעגן קומען אין די מאםן צו געמען א ברכה פון רבין. דער רבי איז געגאנגען אנגעטאן אין א םאמעטענעם לאנגען קאפט ארומגעבונדן מיט א גארטל, מיט װײסע זאקן און א שטרײמל. זײן אי״דל פנים איז געװען ארומגעגומען מיט א רויטליכער בארד, װאם האט אנגעפאנען צו גרויען. פרײטיק־צונאכט, נאך קבלת שבת, פלעגן די שטעטל־דיקע חסידים לויפן אהײם, אין דער גיך אפעסן די שבת׳דיקע םעודה״ און אײלן צוריק אין שטיבל. אויפ א לאנגען טיש, װעלכער איז געװען פארדעקט מיט א שײגעם װײסן טיש־טוך, זײנען געלעגן צװײ גרויסע חלות איבערגעדעקט מיט א קלײנעם טישטעכל און דערנעבן איז געשטאנען א פלאש װײן מיט א זילבערנעם בעכער פארן רבי׳ן קידוש צו מאכן. נאך קבלת שבת פלעגט ער זיך פארמאכן אין זײן חדר־מױחד און לערנען. שפעטער, װען דער עולם האט זיך גע־ ר׳ דוד שלמה, ז״ל, דריטער קאברינער רבי

passage_bb93ee8bfb3504c0ffe547b3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2550-3005

הא ט צונויפגעקליבן, איז דער רבי ארוים פון זײן חדר׳ צו־ געקומען צום טיש און אנגעהויבן זינגען שלום־עליכם. דער גאנצער עולם האט דעם רבי׳ן אונטערגעהאלטן מיט גרויס התלהבות. נאכדעם האט דער רבי זיך געװאשן, געמאכט המוציא איבער די גרויסע חלות און דער שמש האט אנגעהויבן דערלאנגען צום טיש די מאכלים. נאך זײן טועם זײן עפעס פון ערשטן מאכל, האט דער רבי גענומען אויסטײלן שרײם צו די חסידים, װאם זײנען

passage_bc0b13b47205a837704fe537