Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 17
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1264

היםטאדישע איבערבליק 13 נער גובערגיעס. אין גראז־נער גובערניע זײנען דאן אײנגע־ גלידערט געװארן די פאלגנדע אכט אויעזדן(קרײזן)! גראדנע׳ לידע, נאװגרודעק, סלאנים, װאלקאװיסק, פרוזשאני, בריסק און קאברין. װעדליק סיזעט אויס, איז דראהיטשין דאן אײנגע־ געשלאסן געװארן אין קאברינער אויעזד. עס האט ניט גענוסן לאנג אהן נאפאלעאן באנאפארט האט אנגעהײבן זײנע מלחמות אויף רוסלאנד (1812), און די מלחמה ד,אט אויך ניט אויסגעמיטן דראהיטשין. אבער צוליב די פינסקער בלאטעס, האט נאפאלעאן זיך געמוזט אומקערן צוריק. די פאליאקן אין.געגנט זײנען ניט געװען צופרידן מיט דער רוסישער מאכט און זײ האבן צוויי מאל פרובירט מאכן אן אויפשטאנד: אין 1830 און אין 1863, אבער אין בײדע פאלן האבן זײ געהאט א דורכפאל. די דאזיקע אויפשטאנדן (״■פאזוםטאגיעס״), האבן זיך זײער שלעכט אפגערופן אויף * דער געגנט פון דראהיטשין איז געװען שטיל פון מלח־ מות ביז אריבער הונדערט יאר. אבער עס איז ניט געװען רואיק פאר די דארטיקע ײדן, װעלכע זײנען אונטעריאכט געװארן פון דער צארישער רעגירונג. אין תשעה־באב, 1914, האט אויסגעבראכן די רוסיש־דײטשע מלחמה, װעלכע װערט באצײכנט אין דער געשיכטע אלס די ערשטע װעלט־מלחמד,. אין סעפטעמבער, 1915, זײנען די דײטשן ארײנגעקו־

passage_cd58b096477314c18a7ef315
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1266-2692

מען קײן דראהיטשין, װו זײ האבן געהערשט ביז נאװעמבער 1918, װען זײ האבן זיך אנגעהײבן צוריקציען קײן דײטש־ לאנד. די פאר חדשים, פון נאװעמבער ביז סוף 1918, זײנען געװען חדשים פון אנארכיע, װו יעדע ר אײנער האט געטאן װאס זײן הארץ האט געגלוסט. בײם סוף פון 1918, האבן די אוקראינער פארנומען דראד,יטשין און זײ האבן זיך איזדי־ קעװעט איבער דראד,יטשין און אין גאנצן געגנט. די אוקראינער האבן זיך לאנג דארטן ניט אויפגעד,אלטן. אין יאנואר, 1919, זײנען די באלסזעװיקעס געקומען און זײ האבן אנגעדדיבן איינפירן נייע ארדנונגען. אבער דער דא־ זיקער רעזשים האט אויך לאנג גיט אנגעד,אלטן, און אין מערץ, 1919, זײנען די פוילישע לעגיאנערן ארײנגעקומען. מיט זייער ארײנמארש הײבט זיך אן א נייע תקופה אין דעם געגנט. די פוילישע מאכט װיל מיט גװאלד באד,ערשן דעם געביט און פיל ײדיש בלוט װערט דארט פארגאסן און ײודיש האבן און גוטס װערט צערויבט. ס׳װערט אביסל רואיקער און די אײנװוינער הײבן אז קומען צו זיך, ביז װאנען ס׳ברעכט אויס די פויליש־באלשע־ װיסטישע מלתמה (יולי 1920). אין אנפאנג ד,אבּן די רוםן געזיגט און זײ זײנען שוין געװען ביי די טויערן פון װארשע. אבער, דאם רעדל האט זיך א דרײ געטאן און די פוילישע תײלות האבן אנגעהײבן צו־ ריקצוטרײבן די רויטע ארמײער. דערװײל האט די פרײװיליקע ארמײ פון גענעראל בולאק באלאכ^־ויטש, דעם אנפירער פון די װײס־גװארדײער, אוג־

passage_403193174f73b1eb877031cf
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2694-3749

טערגענומען צו ״העל־פען״ די פאליאקן. די ״הילף״, װאם די בא־לאכאװצעם האבן גע־געבן די פאליאקן׳ איז א קאפיטל פאר זיך, און איז אײנגע־שריבֿן מיט טרערן און בלוט אין דער ײדישער געשיכטע. אין חודש מערץ, 1921, איז געשלאסן געווארן אין ריגע דער שלום־אפמאך צװישן פוילן און ראטנפארבאנד, און דראהיטשין, צוזאמען מיט׳ן פינםקער קרײז, איז אײנגעשלאסן געװארן אין דער פוילישער מלוכה. אין 1925 איז דראד,יטשין געװארן א פאװיאט (קרײז) פאר זיך. דער דאזיקער פאװיאט האט ארײעענומען יאנאװע, כאמסק, מאטעלע און די ארו־מיקע דערפער און הײפן. די פוילישע מאכט האט געהערשט ביז סעפטעמבער 1939, װען םיאיז אויסגעבראסן די צװײטע װעלט־מלחמה. דאן זײנען ארײנגעקומען די רויטע ארמײער, וועלכע האבן פארנומען דעם גאנצן געגגט און אײעעפירט די באלשע־װיםטישע ארדנונג. אזוי ארוּם.ד,א ט די באלשעװיםטישע מאכט א טייל פון פינסקער גאס (פארבליבן פון דער שרפה) אונטער דער דײטנסער אקופאציע אי 1 1916 די ײדן פון יענעם געגנט. זײ האבן געליטן פון בײדע צדדים. * ־ן n

passage_0053eed83b1f29b15ecc5dcd