Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 18
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1190

14 דראהיטשין דארט ן געהערשט ביז ױני, 1941, װען די דײטשן זײנען בא־ פאלן די רוסן און פארנומען גאנץ פוילן און אוקראינע און כמעט צוגעקומען צו די טויערן פון לענינגראד און מאסקװע. די ביטערע מלחמות און די דײטשע ׳מערדערײען אין יענע יארן פון בלוט און פײער װעלן נישט אפגעמעקט װערן, װײַל זײ זײנען אײנגעקריצט יעדן אײנעם, און ספעציעל יעדן ײדן. יענע בלוטיקע יארן פון ױני 1941 ביז ױלי 1944, װען די דײטשן האבן אומגעבראכט א זיבן מיליאן ײדן, װעלן קײנמאל נישט פארגעסן װערן! מיט א קללה אויף די ליפן װעלן מיר דערמאנען יענע דײטשע בעםטיעס, װעלכע האבן אפגעװישט הונדערטער ײדישע קהילות און האבן קײן זכר פון זײ נישט איבערגעלאזן.. . אין ױלי, 1944, איז דראהיטשין אײנגעגלידערט גע־ װארן אין ראטנפארבאנד און זײער װײניק װײסן ימיר װעגן איר און אירע אײנװינער, װעגן זײער צאל, עקאנאמישע דראהיטשינער בית״ר־בחורים •לערנען זיך שיםן... 1934 לאגע און קולטורעלע דערגרײכונגען. פון דאן אן הענגט א נעפל איבער דראהיטשין און זײער זעלטן רײסט זיך דורך א שײן אױף דעם ישטעטל דראהיטשין, װעלכע איז בײ פיר הונדערט יאר אלט. ג. די געשיכטע פון די ײדן אין דראהיטשין

passage_3dfe69c37fd6305e250fed20
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1192-2503

װעדליק מיר האבען געזען, איז דראהיטשין שוין דער־ מאנט, געװארן מיט א סס4 יאר צוריק. צי האבען דאן שוין דארטן געװוינט ײדן — װײסן מיר ניט. פון אן אלטן ײדישן דאקומענט דערװיסן מיר זיך, אז שוין אין 1652 האט עקזיס־ טירט אין דראהיטשין א ײדישע קהלה. אין ״פנקס מדינת־ ליטא״ פון ״ועד המדינות בליטא״ װערט דערמאנט דראהי־ טשין צוזאמען מיט פינסק, לעכאװיטש און כאמסק, װעלכע האבן געדארפט צאלן 40 שאק שטײערן. ! פון דעם פנקס לערנען מיר ארויס, אז די ײדישע באפעלקערונג פון דרא־ היטשין איז נאך .ניט, געװען גרויס, אבער, מ׳הא ט זיך מיט איר גערעכנט. פון אן אנדער דאקומענט פון 16טן יאנואר, 1679, גע־ י ליטװישער שאק איז געװען 60 ליטװישע גראשן. פינען מיר אויס, אז דער דראהיטשינער קהל האט דאן בא־ לאנגט צו דער פינסקער קהלה. פון דעם זעלבן מקור דער־ װיסן מיר זיך, אז אין דראהיטשין איז געװען אן ארגאני־ זירטער ײדישער לעבן, די דראהיטשינער ײדן האבן זיך דאן מתחײב געװען צוזאמען מיט נאך 13 שטעטלעך, װעלכע האבן באלאנגט צו דער פינסקער קהלה, צו זײן פאראנט־ װארטלעך פאר 1500 זלאטעס װאס די פינסקער קהלה האט געליען בײם פינסקער גלח קאלאקאװסקי אויף צו בויען א שפיטאל. װעדליק ם׳זעט אויס, האבן מיט דעם דאזיקן אנ־ שטאלט זיך אויך באנוצט די דערבײאיקע דראהיטשינער ײדן.

passage_cdd3e725a4f9db1c0c0e052b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2505-3777

פונם זעלבנדאקומענט נעמען מיר ארויס. , װי ארעמע ם זײנען געװען די ײדן פון די אויבנדערמאנטע 13 קהילות, און צװישן זײ אויך די דראהיטשינער ײדן, אז כדי צו לײענען 1500 זלאטעם, האבן זיך 13 קהילות אונטערגע׳חתמ׳עט. און נאך א זאך לײענען מיר אין דערמאנטן דאקומענט, אז אויב דער יערלעכער פראצענט (150 זלאטעס) װעט ניט אפגע־ צאלט װערן אין צײט, האט דער גלח דאם רעכט אויפצומאנען דרײפאכיק. ער האט אפילו דאם רעכט ארײנצוזעצן אין תפיסה די ײדן פון די אויבנדערמאנטע 13 שטעטלאך און זײ האלטן אזוי לאנג װי ער פארשטײט; װי אויך צונעמען בײ זײ דעם פארמעגן, ביז זײ װעלן ניט באצאלן דעם גאנצן סכום, און זײ האבן אפילו קײן רעכט גיט צו אפעלירן. אט אזוי זײנען די ײדן דאן געװען פארשקלאפט צום רוימיש־קאטוילישן קלער. מיר האבן אויך א דאקומענט פון זעלבן יאר, (18טן ױלי), װו מיר װערן געװאר אז די דראהיטשינער ײדן האבן זיך ניט געלאזט ש־פײען אין קאשע. ם׳װערט דערצײלט אז מיכאל באטװינא, דער שטײערן־אדמיניסטראטאר פון פינם־ קער קרײז האט זיך באקלאגט אויף א גרופע דראהיטשינער ײדן, אז װען ער איז געקומען אײנמאנען שטײערן, רואבן זײ זיך ענטזאגט צו צאלן. נאך מער, זײ האבן אים באפאלן, צעריסן זײנע קלײדער און אים ארויםגעטריבן פון שטעטל.

passage_208c1aa88b24da015adbec44
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3779-4752

די דאזיקע דערשײנונג פון שטעלן. א װידערשטאנד דער אויספיר מאכט, איז דאן געװען א גאנץ געװײנלעכע דער־שײנונג צװישן די ארומיקע גוײם, אבער דא האט זיך גע־פאדערט א באזונדערע מוט און דרײםטקײט מצד די דרא־היטשינער ײדן צו שטעלן זיך קעגן א מלוכה׳שן באאמטן. מיר לײענען אויך א קלאגע קעגן א דראהיטשינער ײדן פון 13טן םעפטעמבער, 1698, משה פאליאק, א מעקלער פון א פריץ, װאם האט צעשלאגן און צוגענומען פערד־און־װאגן, תבואה און אנדערע זאכן פון פויערים פאר זײן פריץ. פון דער דאזיקער קלאגע קענען מיר ארויםלערנען װעגן דער שטאלצקײט פון א דראהיטשינער ײדן. די טראדיציע פון מוט און טראציקײט איז איבערגעגאנגען• גע ן פון פאטער צום זון אויך אין די שפעטערדיקע יארן. אין א קארעםפאנדעגץ אין ״המליץ״ (י״ח מרחשון, תרמ״ג), לײענען מיר װעגן א פאגראם װאס דראהיטשין האט דורכגעמאכט, און דראהיטשינער ײדן האבן זיך גאנץ גוט פארטײדיקט. מיר לײענען אז פרײטאג, דעם ערשטן אקטאבער׳

passage_e30a9d9f8a1304bb668cdfc2