Original scan
Original memorial-book scan 194
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1394

190 דראהיטשין מילנער ס ליבורם טודרוס ליב מילנער, געבוירן אין דראהיטשין, איז דער עלטסטער זון פון ימשה מענדל און גאלדע הינדע מילנער. פון זײן פאטערם צד שטאמט ער אפ׳ פון דער משפחה פון בארימטן מקובל און גאון ר׳ דוד ליפה, זצ״ל. זײן ערשטן תינוך ^^|| 8 ||]|]||| | האט ער באקומען אין די חדרים און ביי די מלמדים אין שטעטל. שפעטער האט ער געלערנט אין די ישיבות אין יאנאװע און פרוזשענע. האט ^||||||||||| | אויך געלערנט אין פינסק און אין בריסק ^|]|||||₪| | ווו ער האט געענ־ ^^|]|]|||||| | דיקט א ציץ־טעכני־ ^^||||]||||]] | שע שולע. צו דער ^ | | || ] | | זעלבער צייט האט ^||||||||||| | ער דארט פראקטי־ צירט אלם לערער. נאכדעם האט מיל־ נער געגרינדעט און טודרוס ליב מילנער אנגעפירט א פריווא־ טע שולע פאר מײד־ לעך און ײנגלעך אין דראהיטשין. גלײכצײטיק געװען דארט אקטױו אין די ציוניסטישע קרײזן, באזונדערם אין דער ציוניסטישער ארבעטער־פארטײ. אין די יארן פון דער ערשטער װעלט־מלחמה, אונטער דער דײטשער אקופאציע, איז מילנער געװען פאר א צײט א מיטגליד פון דער ײדישער פאלקס־מיליץ; דערנאך — פאר־ װאלטער פון שפיטאל פאר טיפוס־קראנקע אונטער דער אויפ־ זיכט פון שמעון דעם רופא און דײטשן קרײז־ארצט; און שפע־ טער — מיטגליד פון לערער־פערםאנאל פון דער ײדישער פאלקס־שולע, וועלכע איז געװארן םובםידירט פון דער דײ־ טשע קאמענדאטור.

passage_5fcd7e9f1474c0af2ca3b488
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1396-2685

אין 1920 האט מילנער עמיגרירט פון דראהיטשין און איז אנגעקומען (אין אויגוסט) קיין שיקאגא, ווו ער איז גלייך אויפגענומען געווארן אלס לערער אין דער י. ל. פרץ פאלק־ שולע (3322 דאגלס בולוואר); שפעטער געװען לערער אין דער יבנה תלמוד־תורה און אין דער דאגלס פארק ארבע־ טער רונגע שולע. אין 1922 האט מילנער אעעהויבן ארבעטן אלס דער פארטרעטער פון ״טאג״ אין שיקאגא, ווי אויך פאר׳ן ״קונדם״. אין 1930 איז ער אריבער צום ״מארגן־זשורנאל״ און ״אמע־ ריקאנער״, זייענדיק זייער פארטרעטער פאר שיקאגא און מידל־װעסט ביז 1953. זינט אנהויב 1953 איז מילנער דער פארװאלטער פון דער שיקאגער אפטײלונג פון דער פאראײניקטער צייטונג ״טאג־מארגען־חגזוהנאל״ און פון װאכענבלאט ״אמעריקאנער״. ט. ל. מילנער, וועלכער איז א פײאיקער זשורנאליסט און װעמענם איבערזיכטן און באריכטן איבערן שיקאגער ײדישן לעבן ווערן געדרוקט רעגולער יעדע וואך אין די דערמאנטע צײטונגען שוין אין משך פון עטלעכע צענדליק יאר, איז גוט באקאנט דעם ײדישן לייעיע ר אי ן אמעריקע װי אויך מעבר־ לים. אין פארלויף פון די אלע יארן װאם מילנער איז אין אמעריקע, איז ער א מיטגליד פון ײדיש־נאציאנאלן ארבע־ טער פארבאנד און באטײליקט זיך אין אלע צױניסטישע, גע־ זעלשאפטלעכע און קולטורעלע ײד״ש־העברייאישע צוזאמענ־ קונפטן.

passage_603108f3609ccc07f83c9013
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2687-3791

ט. ל. מילנער איז פארהײראט צו אסתר אלטמאן (פון װיניפעג, קאנאדע), וועלכע איז אן אקטױוע טוערן פון דער פרויען־פיאנער ארגאניזאציע אין שיקאגע. די מילנערס האבן א בן־יחיד, שמעון נחמן, וועלכער איז א סטודענט פון כעמישן פץקולטעט אין שיקאגער אונױוער־זיטעט. ר׳ ר גאלדשסײן הי״ד ד״ר גאלדשטײן האט געשטאמט פון גאליציע. קוק דראהיטשין איז ער ■געקומען אנהויב די צװאנציקער יארן. ער איז געווען דער ערשטער ״קעראװניק״ פון דער שולע ״מוריה״, וועלכע האט א־נטער זײן אנפירונג געהאט גרויס דערפאלג. ד״ר גאלדשטײן איז געווען א מענטש מיט בילדונג און קולטור און האט מיט זײן רײדן און האלטונג שטארק אויסגענומען אין שטאט. ד״ר גאלדשטײן איז ׳געווען דער גרינדער און אנפירער פון דעם בית״ר אין'דראהיטשין און א שטארקער פראפאגאנדיסט פון זשאבאטינםקי׳ם אידײען. אנהויב די דרײסיקער יארן, בערך, האט ד״ר גאלדשטײן פארלאזט דראהיטשין און מער יהאבּן מיר פון אים נישט געהערט. ער מיט זײן פאמיליע האבן מםתמא געיטײלט דעם זעלבן גורל װאם אלע קדושים. הי״ד! זע זײנע בילדער אויף זײטן 44 און 90.

passage_a07ec56c6c939803b8830715