192 דראהיטשין * כנסת־ישראל״־שול אין מיאמי־ביטש װי אויך מיטגליד פון דער ״בארד אוו עדױקיישאן״ דארט, א.א.װ. ישראל ברוך איז געװען פון די מיטגרינדער און אנפירער פון דראהיטשינער רעליף־פאנד אין שיקאגא, װאם האט ארויסגעשיקט גרויסע סזמע ס געלט קײן דראהיטשין פאר נצרכים; געזאמלט געלט אפצובויען די פארברענטע בתי־ מדרשים אין שטעטל; אונטער זײן װירקונג האט דער ■נדבן ר׳ יצחק אבגדור טעלעכאנסקי (שיקאגא), מנדב געװען 2,000 דאלא ר אויף אויפצובויען א תלמוד־תורה אין דראהיטשין; האט צחאמע ן מיט אנדערע צונויפגעזאמלט די סומע פון 3,000 דאלא ר פאר א גמילות־חסדים אין דראהיטשין א.א.װ. די ״שיקאגער צייטשריפט״ פון אפריל 1951, שרייבט וועגן ר׳ ישראל ברזד׳ן דאס ■ פאלגנדיקע: ״ר׳ ישראל ברוך אײזענשטײן, װי פיל מענטשן קענען אים,
איז א ײדא בן־תורה, אן אפגעהיטענער אין מצוות מעשים און א גרויסער בעל מדות. ער איז אן אמת׳ער מזג־טוב און מענטשן־פרײנט. װען ער איז געװען געזונט, איז ער שטענדיק געלאפן, געהאלפן און געשטיצט נויט־באדעדפטיקע מיט װאם ער האט נאר געקאנט. מענטשן דערצײלן, אז ״ישראל ברוך האט זײ געטאן טובות און זײ 1 האבן נישט געזװסט פון װאנען עס קומט. דער בעסטער באװײז פון זײן מענטשלעכקײט און ערלעכקײט איז, זואס אחזץ צז פרעמדע, איז ער אויך איבער־ געגעבן און העלפט מיט ראט און טאט אױגענע קרובים... און װאם פאר א כבוד קען מען האבן פון אײגענע... ישראל ברוך׳ם איבערגעבנקײט פאר דעם געפאלענעם און נצרך קװעלט פון זײן גוטער הארץ און פון דעם ײדישן דין, ■װאם זאגט, אז העלפן בני־עיר און אײגענע קרובים איז אזא גרויסע מצוה װי העלפן פרעמדע און נאך אפשר גרעסער... ישראל ברוך קען דינען פאר א מוסטער פאר פיל אנדערע כלל־טוער...״ * אםתר איחענשטײן, די פרוי פון ישראל ברוך אײזענשטײן, איז געבוירן אין ;דראהיטשין און באקומען א :נאציאנאל^ ■ רעליגיעזע דערציאונג. זי האט שטודירט די העברעאישע שפראך און ליטעראטור און איז באהאװנט אין תנ״ך.
גלײך בײ איר אנקזמען קײן שיקאגע טוט נאך אסתר דעם בײשפיל פון איר מאן, ישראל ברוך, און זי װארפט זיך ארײן בלב ונפש אין דער קהל׳שער ארבעט. זי ארבעט פיל פאר דער קהלת־יעקב תלמוד־תורה. ; איז שטארק טעטיק אין דער ״פאראקיעל סקול״; טראגט הילף צו דעם בית מדרש לתורה, איז א מיטגלידערין פון ״חברה מקרא״ שוהלא.> 4 וז. אין 1948 טראגט אסתר איבער איר טעטיקײט קײן מיאמי־ביטש, אין פלארידע, ז װ זי מיט איר מאן זײנען תזשבים. אין 1949 װערט זי אויסגעװײלט אלם פרעזידענטין פון דער ״סיסטער־ הוד״ פון כנםת ישראל און אין 1950 װערט זי צום צווייטן מאל דערזװילט צו דעם זעלבן אמט. זי איז אויך א פירנדיקע פיגור אין דער מזרחי־ארגאניזאציע, אין דער העברעאישער אקא־ דעמיע, אין פיאנערן־קלוב נומער 2. באלאנגט אויך צז הדםה, מושב־זקנים און ײדישן שפיטאל. אהרן סרױױצסי אהרן קרױויצקי, באוװסט אלם ״דער לעכעװיטשער לע־ רער״, איז געבוירן אין מאטעלע. זײן פאטער, שמערל ױנה, האט אים געלאזט דערציען אין חדר און אין ישיבה. גאנץ באצײטנס הויבט אן אהרן ארומצוקוקן זיך זועגן א תכלית 1 אהרן קריװיצקי אין לעבן. דאם ער־ שטע און בעסטע װאס ער קען טאן, איז צו געפײען ערגעץ א קנעלונג. פאר א לענגערע צײט האט ער פראקטיצירט אלס לערער אין םאר־ ני, דאמבראװיץ און בערעזשניץ, װאלינער געגנט.
נאָך זײן חתונה אין 1907 מיט יצחק לעכעװיטשער ס טאכ־ טער, קוניע, ■האט אהרן זיך באזעצט אין דראהיטשין און בא־ מיט זיך צו שאפן א מעמד בײ לערערײ• אלס נײ־געקומענער האט ער פון אנהויב געהאט דורכצומאכן זײער א סאך מכשולים. לםוף איז אים פארט געלונגען צו עפדענען א תדר־מתוקן אזן ער איז אזוי אנגעגאנגען ביז דעם אויסברוך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה. די יארן פון דער מלחמה האט אהרן מיט זיץ פאמיליע דורכגעלעבט אין לעכעזויטשער הויף, ווו ער האט זיך פאר־ נומען מיט ערד־ארבעט. אין יאר 1920, װען אין דראה־השינער געגנט האבן געבושעװעט די באלאכאװצעם, האט אהרן און זײן פרוי דורכ־ געלעבט זײער א שרעקלעכע צײט. א גוי האט זײ פאר׳מםר׳ט פאר די באלאכאװצעס אלס קאמוניסטן און רי מחבלים האבן זײ ארומגעזוכט. און מיט גרויסע נםים זײנען זײ געראטע־ װעט געװארן פון א זיכערן טויט... נאך דער שרעקלעכער איבערלעבונג האבן די קריזויצ־ קיס שוין מער נישט געװאלט פארבלײבן אין דארף און האבן זיך צוריק ארײנגעצויגן קײן דראהיטשין און דעם ערשטן אויגוםט, 1921, זײנען זײ אנגעקומען קײן אמעריקע. אהרן מיט זײן פרוי און 5 קינדער לעבן די גאנצע צײט אין הארטפארט, קאנעטיקוט, ווו ער פיר ט אן מיט א תלמוד־ תורה.