Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 198
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1290

194 דראהיטשין ױס^װאסערמאן ױסף װאסערמאן געבוירן 1896 צו זײנע עלטערן ר׳ יעקב דער שוחט און היה אין אבלע בײ פינסק. האט געלערנט אין חדר אין שטעטל, שפעטער <1908) אין קארלינער (פינסק) תלמוד־ תורה און אין יאנאװע בײ מאטקע מלמד. אין 1911 קומט ער אן אין מירער ישיבה. נאכדעם לערנט ער 3 יאר אין נאװאראדאק, בײ ר׳ װיזעלן, זצ״ל. שפעטער געלערנט 1 יאר אין לידע ר קיבוץ, װאם איז געװען אעע־ פירט פון מײטשעטע ר עלוי אץ הה״ג ראבי־ נאװיטש (אן אײדעם פון ראש ישיבה הרב רײנעם). ער האט אויך געלערנט (אין די מלחמה־יארן) אין םלאנים פאר זיך. אין 1917 איז ױסף געקומען קײן דראהי־ טשין און פאר א צײט פארגומען זיך מיט לע־ רערײ. אין 1920 האט ער געהײראט סוליען, די טאכטער פון שמעון און לאצע װײסמאן. םוף 1921 האבן די װײסמאן׳ם אויסגעװאנדערט קײן אמעריקע און זיך באזעצט אין שיקאגא, װאו ױסף האט פראקטיצירט אלס לערער (1922) אין תפארת־צױן תלמוד־תורה! שפעטער (25־1923) אין דרא־ היטשינער תלמוד־תורה. פון 1926 איז ער אין געשעפט. ױסף װאסערמאן אלם צױניסט, איז א שטארקער פארערער פון זאב זשאבאטינסקיס אידײען. ער האט פיל געשטיצט דעם ״ארגון״ אין זײן קאמף פאר ארץ ישראל, און שטײט נאך הײנט נאענט צו די ״חרות״־קרײזן דא און אין ארץ ישראל.

passage_8e3d69b82afcc778afc84200
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1292-2290

ױםף׳ ם פרוי, םוליע, אי ז א טעטיקער מיטגלידערין פון דער פרויען־פיאנערן און פועלי־צױן אין שיקאגא. די װאסערמאנס האבן פיר קינדער: מרים, יעקב, שמעון און חיה. זיצן פון רעכטס: ױסף װאסערמאן (נזי ט זײן קלאס 918 ו דראהיטשין), פאליא און װערנוהײם (װאלין). שמואל עפעלכוי ם שמואל עפעלבוי ם איז געבוירן אין דראהיטשין. נא ך אלס קיגד איז ער וגעװארן פאריתומ׳ט פון זיק פאטער אהרן דוד (געװען א זון פון שמעון נאהוריער) און מיט זײן דערציאוע האט זיך פארנומען זײן מוטער, באבל די םעלצערקע, װעלכע האט געטראגן דעם עול הפרנסה פאר אירע זעקם קינדער. שמז׳אל האט געלערנט אין חדר און בײ לערער אין שטעטל. דערנא ך האט ער געענדיקט דעם העברײאישן לערער־םעמינא־ נאר אין װילנע און זיך .גענומען צו לערערײ. אין משך פון יארן האט ער פראקטיצירט אלם לערער אין פארשידענע שטעטלעך אין פוילן. די לעצטע יארן איז ער געװען א לע־ רע ר אין דראהיטשינער ■שולע ״מוריה״. װען די דײטשן האבן געפירט א טייל יידן פון דראהיטשי־

passage_9bf042622a2bed53b2377a0c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2292-3077

נער געטא, און שמואל מיט זײן פאמיליע בתוכם, צו דער שחיטה קײן בראנע־גורא, איז שמואל אויפן װעג אראפגע־ שפרונגען פון װאגן און טראץ די אבלאװע און שיםערײ פון די דײטשן, איז אים דאך געלונגען צו נעלם װעגן אין װאלד, װאױ ער האט זיך אויסבאהאלטן א לענגערע צײט, ביז ער האט זיך פאראײניקט מיט די פארטיזאנער. לסוף האט ער זיך אנגעשלאסן אן דער רויטער ארמײ און איז מיט איר ארײן קײן בערלין... נאך דער מלחמה האט שמואל זיך געפונען אין א פליטים־ לאגער אין מינכען, װאױ ער איז געװען מיטארבעטער און מיט־ רעדאקטאר פון ״דאס װארט״ א מ פון העברײאישן זשורנאל ״נצוץ״. זינט 1937 לעבט ער אין ארץ ישדאל. שמואל׳ם מוטער און שװעסטער זײנען אומגעקומען. הי״ח (מער פרטים זע זײנע ארטיקלען אין ״יזכור״־אפטײלונג).

passage_acd90fb82e132d7f669100ce