פערזענלעכקײטן און טיפן 195 זלמן שעװינסקי זלמן שעװינסקי איז געבוירן אין דראוהיטשין בײ א חסידישער פאמיליע. זײן פאטער, ר׳ נתום, א געבוירענער פון קאברין, און מוטער, באדיע, װעלכע שטאמט אפ פון איר מוטער׳ס צד פון די װאלעװעלסקי׳ס, פון די קאצענעלבויגנ׳ס און פון ר׳ שאול װאל! און פון איר פאטער׳ס צד — פון די שעד־ ראװיצקי׳ס, — האבן געגעבן דעם ױנגן זלמן אן אמת ײדישע דערציאונג. ער האט געלערנט אין א חדר־ מתוקן און פרױואט בײ די מלמדים און לערער נײדיטש, גדליה סאקער, משה װעלװל שקאלניק, ר׳ יוסף שחט, יעקב סידאראװא. א. א. אחוץ ײדישע למודים האט ער זיך אויך אפגע־ געגעבן מיט אלגעמײ־ זלמן שעװינסקי נער בילדונג, געלערנט די רוסישע שפראך און שטודירט ײדישע און העברעאישע ליטעראטור. װי די מערהײט פון דער ױגנט יפון פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז זלמן שעװינסקי געװען א הײסער צױניסט. ער פלעגט פארקויפן קרן־קימת מארקעס, אויסשיטעלן קערות ערב־ױם־כפור אין די שולן פאר צױניסטישע צװעקן א.א.װ. אין יאר 1910 װאנדערט אויס שעװינסקי קײן אמעריקע. פאר א צײט האט ער געלעבט אין בירמינגהעם (אלאבאמא): שפעטער מאכט ער זײן מקום־קבוע אין שיקאגא, װאו ער האט חתונה (1916) מיט זײן באשערטער, חיה סימקין, א גע־ בוירענע פון זשלאבין (רוסלאנד).
דא אין אמעריקע זעצט שעװינסקי פאר מיט תסידישן ברען און עקשנות זײן צױניסטישע טעטיקײט. די צױניסטישע ארבעט פילט בײַ אים אויס זײנע טעג און נעכט. מיט געדולד און עקשנות טראגט ער א ציגל נאך א ציגל צום בנין־הארץ. אין 1913 איז שעװינסקי סעקרעטאר פון ״התחיה״ (א צװײג פון ״ריטער פון צױן״); מיטגרינדער און סעקרעטאר פון ״נחום סאקאלאװ קעמפ״ (בײַם ״ארדער בני־צױן״); אײנער פון די איניציאטארן פון דעם ערשטן בלימל־טאג פון קרן־ קימת אין שיקאגע; געװען אקטױוער מיטגליד אין ״שלום־ עליכם־צװײג״ פון ״נאציאנאלן ארבעטער פארבאנד״ וכדומה. א באזונדער קאפיטל פאר זיך איז שעװינסקי׳ס לײסטונגען אין דעם ״דראהיטשינער צװײג״ בײַ דעם ״נאציאנאלן ארבעטער פארבאנד״, װעמענס מיטגרינדער ער איז געװען. אלס לאנג־יעריקער פינאנץ־סעקרעטאר פון ״דראהיטשי־
נעה צװײג״, טוט ער דארט גוטע ארבעט. שעװינסקי איז א מענטש פון מעשים און תכלית. ער האט ליב צו שלעפן דעם יאך, אחוץ די קולטורעלע ארבעט אלס קולטור־פארזיצער, װאס ער טוט אין צװײג, װי ארויסגעבן סװועניר־ביכלאך, א חודש־בולעטין א.נ. ״ידיעות״ וכדומד״ טוט ער אויך די שװערע ארבעט. ער ארגאניזירט יערלעכע ״פיקניק׳ס״, שלעפט אלײן די זעקל מיט עסענװארג, טארגעװעט א.א.װ. כדי צו דערמעגלעכן דעם צװײג אנצוגײן מיט זײן ארבעט. דער ארבעטער־צױניזם האט אין שעװינסקי׳ן א געטרײען און איבערגעגעבענעם פרײנט. שעװינסקי האט אויך פארדינסטן פאר דער ײדישער דער־ ציאונג. לעא האנאר, פראפעסאר פון דערציאונג אין דראפםי הויך־שול, פילאדעלפיע, שרײבט װעג ן שעװינסקי׳ן אזוי!
״זלמן שעװינסקי האט ארויסגעװיזן זײן טרײשאפט צו זײן פאלק, צו דער העברעאישער שפראך און ײדישער קול־ טור, מיט זײן טאג־טעגלעכער ארבעט, מיט זײן ענערגיע און צײט װאס ער װידמעט לטובת די דערמאנטע אספעקטן, װי אױך מיט זײנע םפעציעלע אנשטרײנגונגען װאם ער האט געמאכט צו דערמוטיקן די אנטװיקלונג פון דער העב־ רעאישער און ײדישער ליטעראטור. זײן אינטערעס פאר דער ײדישער דערציאונג האט ער ארויסגעװיזן דורך זײן טיפער באזארגטקײט פאר די חינוך־אינסטיטוציעס, װי אױך דורך הילף פאר דער ׳בארדא װדזשואיש עדױקײשאן׳ אין פארלױף פון יארן אין דער קאפאציטעט אלס פרעזידענט פון ׳פרײנט פון בארדא װדזשואיש עדױקײשאן״׳ . ש. איז א ליבהאבער פון ײדיש־העברעאישן בוך. פון יעדן נײ־דערשינענעם בעסער בוך איז ער פון די ערשטע קונים. אין זײן ביבליאטעק, װעלכע פארנעמט א גאנצן צימער, קען מען געפינען א םך ביכער פון היסטארישן װערט. שעװינסקי איז אױך געװען פרעזידענט (פאר 10 יאר) פון קאברינער שוהל! פרעזידענט פון דראהיטשינער ״פרא־ גרעסױו־קלוב״ און האט זיך אױך פארנומען מיט רעליף־ ארבעט צו העלפן די נצרכים אין דראהיטשין .
זלמן שעװיגמסקי איז געװען דער איניציאטאר פון דעם יזכור־בוך ״דראהיטשין״. זינט א רײ פון יארן האט ער געדולדיק געזאמלט בילדער און מאטעריאל װעגן זײן היים־שטעטל דראהיטשין, ביז ער האט דערלעבט צו זען די פאר־װירקלעכונג פון זײן חלום. אין יאר 1949 האט דער ״דראהיטשינער צװײג״ אײנגעארדנט א באנקע ט אין שעװינסקי׳ס כבוד װעגן פארזיץ ארבעט לטובת־הכלל. די שעװינסקי׳ם האבן דרײ טעכטער און אײן זון: פרומעמינדל, אליהו לײב, בוניע און יהודית.