Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 19
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1269

היסטארישע איבערבליק 15 1883, האבן אייניקע שיכור׳ע גוים, צוזאמען מיט די פאניעס, וועלכע האבן געבויט די איתנבאן נעבן דראהיטשין, צעפירט זייערע הענט און גענעמ^שלאגן ײדן און ראביר אויף רעכטס און אויף לינקס. די ײדן האבן זיך קעגנגעשטעלט און ס׳איז געווארן אן אמתע מלחמה״ וואס האט אנגעהאלטן א צייט. * אבער נישט שטענדיק האבן די ײדן געקענט אקעגנשטעל־ ן זיך מיט כח. אפטמאל האט זיך גענויטיקט אפצושרײע־ ן א גזרה מיטן כח פון געלט, מיט ״שמירן״ ווו מ׳בא־ דארף. פון אזא טאקטיק הערן מיר פון אן אנדער קארעס־ פאנדענץ אין ״המליץ״ (1883), אן אפקלאנג פון די מאי־ גזרות פון 1882. מיר לײענען אין דער קארעםפאנדענץ פון דראהיטשין, אז אין חודש אב פון יענעם יאר, איז ארויס־ געגעבן געווארן אן אוקאז, אז אלע ײדן וואס זיצן אין די דערפער פון קרײז קאברין, מוזן אין זיבן טעג פארלאזן זײ־ לויט דער אפיציעלער צײלונג אין 1766, זײנען אין דראהיטשין דאן געווען 510 נפשות. אבער, ם׳איז א סברה, אז די דאזיקע צאל איז נישט ריכטיק. ס׳איז מעגלעך, אז זײער צאל איז געווען פיל גרעסער, נאר די ײדן האבן פארלײקנט זײער צאל, ווייל מ׳ד״אט געדארפט צאלן צװײ גילדן פאר יעדן קאפ, אן אונטערשיד פון געשלעכט, מיטן אויסנאם פון קינדער ײנגער פון א יאר.

passage_4c69a3b0285810df3fe81dcd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1271-2690

אין 1847 זײנען אין דראהיטשין געװען 843 ייִדן. 2 לויט מײן השערה, האט די ייִדישע באפעלקערונג אין דראהי־ טשין אנגעהײבן אפפאלן, און ארום 1889 זײנען דארטן גע־ װען בײא 500 נפשות. ^ פון אן אנדער צײלונג, אין 1897, װערן מיר געװאר, איז די ייִדישע באפעלקערונג פון דראהי־ טשין, אין יענעם יאר, באשטאנען פון 784 נפשות, און די ניט־ײדישע באפעלקערונג איז געװען 923 נפשות. דאס מײנט, אז די ייִדישע באפעלקערונג האט אויסגעמאכט 45.9 פראצענט. ארום 1904 איז די דראהיטשינער באפעל־ זאמ ד געסל, װאס גײט צו דער באלניצע (שייטאל) קערונג באשטאנען פון 2660 אײנװונער. מיר קענען זיך משער זײן, אז די ייִדישע באפעלקע־ רוע איז דאן באשטא־ נען פון ארום 1300 נפשות. פון דאן הײבט אן די ייִדישע באפעל־ קערוע שטארק װאקסן, דאס איז א דאנק די עקאנאמישע אומשטענדן װעלכע האבן זיך פאר־ בעסערט אין דראהי־ טשין, אזוי װי מיר װעלן זען אביסל װײטער. ערע פלעצער. און א דאנק גרויס ״שת׳דלנות״, איז די גזרה אפגעשטופט געװארן אויף א חודש צײט. אין דעם זעלבן נומער ״המליץ״ לײענען מיר אויך א קארעםפאנדעגץ פון כאמסק, װעלכע האט אדמיניסטראטיװ באלאנגט צו דראהי־ טשין, אז דעד דראהיטשינער פריםטאװ האט געשיקט דופן די ייִדן פון די דערפער ארום דדאהיטשין און זײ געלאזט װיסן, אז עד האט דערהאלטן אן אוקא ז פון װילנע ארויסצוטדײבװן אלע ייִדן פון די דאזיקע דערפער. װעדליק ס׳זעט אויס, איז דער גרוש פארמילדערט גע־

passage_929f5fdb804d67e0432b5b53
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2692-3845

װארן א דאנק דעם אלטן מיטל פון ״והכסף יענה את הכל״... אין 1921 דערגרייכט שוין די ייִדישע באפעלקערונג צו 1521 נפשות, און די ניט־ייִדישע איז 466 נפשות. מיט אנ־ דערע װערטער, די ייִדישע באפעלקערונג האט אויסגעמאכט 76.5 פדאצענט. עס נעמט ניט לאנג, אינגאנצן 18 יאר, און די ייִדישע באפעלקעדוגג פון דראהיטשין װערט פאחדרײפאכט, נעמלעך 4503 נפשות. פון װאנען אזא גרויסער װאוקס? דראהיטשין איז פון שטענדיק אן געװען א דורכפאר־ * לויט ״ספר קוברין״ זײנען דאן געװען 877 ײח (דארט, זײט 7, ת״א, תשי״א). ד. די צאל ייִדן אין דראהיטשין װיפיל ייִדן האט דראהיטשין פארמאגט? די צאל ייִדן איז ניט קײן באשטימטע, עס איז אפהענגיק פון די עקאנא־ מישע אומשטענדן פון שטעטל און אומגעגגט. * לויט א קארעספאנדענץ אין ״תמליץ״ 1889, גלױן 39, זײנען אין דרא׳היטשין דאן גשוען ביי זיבן תונדערט משפחות. מיר שײנט, אז מיר האבן דא א דרוק־פעלער. אנ־ שטאט ״מספר המשפחות היהודױת בשבע מאות״ האט גע־ ^ ־ דארפט שטײן ״כשבעיס״ (ביי זיבציק), װײל װען ס׳װאלט טאקע געװען ביי א 700 משפחות, װאלט דאס אויסגעמאכט ארו 4200 נפש׳ות. אזא צאל איז אוממעגלעך פאר יענער צײט.

passage_8ddf2cabe9aa1679bede3436