פערזענלעכקײטן און טיפן 203 3. כלל־טוער און טיפן טש ה װעלװל אײזענשטײן ע״ה ערשטער סטארעםטע צװײטער סטארעםטע משה וועלװל אײזענשטײן איז געבוירן 1840׳ בערך. זײנע עלטערן׳ שמואל און לאה אײזענשטײן, זײנען זייערע גאנצע יארן געװעזן ישובניקעס און האבן געװוינט אין דארף בולמאק לעבן דראהיטשין. אויך משה װעלװל האט זײנע ױגנט־יארן און א צייט נאך דער חתונה פארבראכט אין זעלבן דארף בולמאק. שפעטע ר האט משה װעלװל אײזענשטײן ארײגעקליבן זיך קײן דראהיטשין און געװארן א קאנטארשטשיק. ער האט געהאלטן אין ארענדע די קאנטאר פון בראנפן מאנאפאל. זײן עובדה איז געװען אײנצוקאסירן דעם אקציז פון שנאפס און טאבאק פאר דער מאכט. אין משך פון יארן זײנען די טער־ מינען ״קאנטאר״ און ״קאנטארשטשיק״ געװען סינאנימען פון כמו א ײדישער אויטאנאמיע און פארשטײערשאפט. אין 1879 איז אײזענשטײן געװארן אויסגעװײלט אלס ער־ שטער סטארעסטע פאר דראהיטשין, װאם האט געהײסן קהל׳ם פארשטײער לגבי דער צארישער שטאט־מאכט. דעם דאזיקן אמט האט אײזענשטײן פארנומען ביז זײן טויט. נאכדעם איז געװען סטארעסטע משה פאריצקער (װאלעװעלסקי), און צום סוף — שמואל יודל פיאסעצקי. מיט פיאסעצקי׳ן האט זיך פארענדיקט דעם קאפיטל סטארעסטעס אין דראהיטשין. אײזענשטײן׳ס צװײטע פרוי האט געהײסן זעלדע. ער האט געהאט דרײ זין־ חנא אשר, אבא און אליה.
משה װעלװעלהאט אויך געהאט א ברודער און פיר שװעסטער: הערשל בולמאקער, חנה (פרוי פון ישראל דוד מילנער), רױוע (אליה איצעלעס פרוי), בײלע (פרוי פון שמעון גראטש) און פערל (מוטער פון שמואל איתענשטײן — ״װעסטערנ ױנײטעד דײרים״, אין שיקאגע). א גרופע ייִדן לעבן סענדעװיניװקער׳ס הויז משה װאלעװעלסקי, באקאנט אלס ״ר׳ משה פאריצקער״, האט אפגעשטאמט, לויט אײן װערסיע, פון דעם גאון, ר׳ מרדכי מארדוש פון פאריצק (מחבר פון ביאור אויף מהר״ם שיף) און דערפאר האט ער געהײסן ״משה פאריצקער״. א צװײטע װערםיע זאגט, אז דעריבער האט ער געהײסן ״פאריצקער״, װײל זײנע עלטערן האבן געװוינט אין דארף, אדער ר׳ משה פאריצקער־װאילעװעלסקי, ע״ה הויף, פריצק לעבן פינסק. אזוי צי אזוי, דער פאקט איז, ר׳ משה האט בעסער פארגעצויגן צו רופֿן זיך פאריצקער אײדער װאלעװעלסקי. ר׳ משה׳ם פאטער׳ א װויל־לערנער, איז געװען א קנאפער פארדינער, דערפאר אבער האט משה׳ם מוטער, שרה ריװע, זיך גוט אויסגעטויגט אין מסחר. אין די יארן פון דער טערקיש־רוםישער מלחמה, האט זי געמאכט א סך געלט. שרה ריװע איז אויך געװען די צושטעלערין פון ״פראװיאנט״, עםנװארג, צו די ארבעטער װאם האבן דאן געבויט די באן־