Original scan
Original memorial-book scan 209
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1072

פערזענלעכקײטן און טיפן 205 שמואל ױדל (מיט א גאלדעגער קײט אויפן האלז) פלעגט זיצן אין ״פריסוטסטװא״ מיט דער רעקרוטירונג־קאמיםיע און אויסרופן די נעמען פון די ײדישע רעקרוטן. פאר דעם האט אים שטאט געצאלט 300 רובל א יאר. דאם געלט איז גע־ קומען פון דער שטאטישער //קאראבקע״. שמואל ױדל האט זיך אויך געדארפט פארנעמען מיט השתדלגות. ער האט פיל מיטגעװירקט צו לינדערן די צא־ רישע גזרה קעגן די ישובניקעס׳ װעלכע מען האט געטריבן פון די דערפער. א סאד אויפגערעגטע מאמענטן האט ער געהאט׳ װען דער אקציזניק איז געקומען אין שטאט׳ און ער האט געדארפט פיל מאל זיך בעטן בײם אקציזניק צו מילדערן די שטײערן פון די ארעמע און אפשאפן די שטראפן. אין דער דאזיקער פארצװײגטער קהלשער ארבעט האט אים פיל מיט־ געהאלפן זײן קלוגע פרוי בײלע. אין 1905, װען די צארישע פאליצײ האט ארעסטירט יעקב גאלדבערג, אברהם יצחק לעװ און דוד גאלדשטײן פאר אנ־ געהערן צו די /,ם.־ם.״, האט שמואל ױדל מיט בײלן ארויס־ גענומען זײ אין מיטן נאכט פון טורמע און געהאלפן זײ אנטלויפן.. .

passage_b6753519a6e05b6a80106c04
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1074-2170

װען דער ׳גראדנער גובערנאטאר, םטאליפין, איז אמאל דורכגעפארן דראהיטשין, האט דער אלטער רב, ר׳ מנחם רײכמאן, ז״ל, מיט שמזאל יודלען און אנדערע אים מקבל פנים געווען מיט ברויט און זאלץ. שמואל ױדל האט דאן אויסגענוצט די געלעגנהײט און געבעטן דעם גובערנאטאר ער זאל באפעל אויסצוברוקירן די גאסן פון שטעטל. דער גובערנאטאר האט אנגענומען שמואל ױדלס בקשה און דרא־ היטשין איז אין קורצן געזוארן אויסגעברוקירט. ווען די דײטשן האבן פארנומען דראהיטשין האט זיך שמואל ױדל מיט זײן פאמיליע באזעצט אין א דארף לעבן דראהיטשין. דער פלוצלונגע איבעררײס פון זײן שטורמישן לעבן האט אפנים נישט גוט געװירקט אויף זײן געזונט, װײל אין קורצן נאכדעם, אין יאר 1916, איז שמואל ױדל גע־ שטארבן און דאם קאפיטל פון ,/ײדישע םטארעסטעס״ האט זיך פארענדיקט. פרטים פון גדליה קאפלאן. משה לײזער נראס ש ע״ה משה לײזער גראטש איז געבוירן 1862, בערך, אין דרא־ היטשין צו זײנע עלטערן ר׳ שמעון און בײלע און באקומען זײן חינוך אין חדר און בית־מדרש. ער האט אויך געלערנט שפראכן: רוסיש, פוילי ש און ענגליש.

passage_4d4510efede4a7f415fa3185
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2172-3401

אין 1885, בערך, האט משׂליױער חתונה מיט זײַן זוג, הינדע, א טאכטער פון ר׳ שלום גאלדשמידט פון דראהיטשין, און הויבט אן צו שאפן זיך אן עקזיסטענץ אין לעבן. עם איז אבער נישט געווען אזוי לײכט. אין 1888 פארט ער קײן אמעריקע, מיטן געדאנק אנצוזאמלע ן דארט אביסל געלט און זיך באזעצן נאכדעם מיט זײַן פאמיליע אין ארץ ישראל. אפזײענדיק 5 יאר אין שיקאגע, װוערט ער האט אויך באװיזן פאר דער צײט צו ווערן אן אמעריקאנער בירגער, קומט ער צוריק קײן דראהיטשין. אבער פון זײַן פלאן צו פארן קײן ארץ ישראל איז גארנישט געװארן, מחמת זײַן פאטער און שװער האבן פארגעצויגן צו אויסלעבן זייערע יארן אין דראהיטשין. בלית ברירה האט זיך ר׳ משה לײזער גענומען צו זײַן פראפעסיע אלם אנפירער פון א ״מײסטערםקאיע״ פון פרויען־ קלײדער. פון שטענדיקע יארן האט ר׳ משה לײזער געגליכן צו זײַן א נהנה פון יגיע כפיו. גלײכצײטיק איז ער אויך געװען אן עוסק בצרכי ציבור. זײַן פקחות און שפראכן־קענטעניש, און באזונדערס זײַן נאענטע באקאנטשאפט מיט די ארומיקע פריציס און נא־ טשאלסטװא (זײנע קונדן), ביי װעלכע ער פלעגט צײטנװײז אויספועלן טובות פאר ײדן, שאפט אים פרעםטיזש און אנזען אין שטעטל און ער ווערט דער געקרוינטער כלל־טוער.

passage_513d1c9037391390323b020d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3403-4572

ר׳ משה לײזער איז געװען א לאנג־יעריקער גבאי און אנפירער פון דער חברה קדישא, װעלכע איז געװען אין יענע יארן איינע פון די בעסטע ארגאניזירטע קערפערשאפטן, װאס האט געהאט צו זאגן אין פיל ענינים אין שטעטל. ער איז אויך געװען קאמירער פון אלטן בית־מדרש; גבאי פון חברה־משניות, חברה ״חײ־אדם״ און חברה־תהלים דארט; גבאי פון ״לינת הצדק״; ראטמאן פון דער ״טשלענאװיע אופראװע״ (א שטאט־ראט) א. א. ר׳ משה לײזער איז געװען אזרי ארײנגעטאן אין זײן קהלשער ארבעט אז ער האט פאר־נאכלעמיקט צוליב דעם זײן אײגענע פרנסה. סוף 1913 באשליםט ר׳ משה לײזער צו פארן קײן ארץ ישראל. ביז װאנען ער איז געװארן פארטיק מיט זײנע רײזע־הכנות איז אויסגעבראכן די װעלט־מלחמה (1914) און ער איז געבליבן שטעקן אין דראהיטשין. אין די מלחמה־יארן, װען עס האט, ל״ע, געבושעװעט די טיפוס־עפידעמיע, האט משה לײזער מיט זײנע חברים פון דער חבר־־קדישא געארבעט טאג און נאכט. זײ האבן געדארפט ארומגײן ארום חולאים, אפגעבן א חסד של אמת, ׳ די טויטע און העלפן אויך אין נויטיקע פאלן די לעבעדיקע. בױזונדערם האבן זײ געזארגט פאר די ״ביעדשניצעס״, מלחמה־פלטיס, װעלכע זײנען

passage_6dd90ca6b279f89c1597e881