Original scan
Original memorial-book scan 211
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1278

פערזענלעכקײט ן און טיפן 207 זכריה שמיד הי״ד זכריה ב״ר זלמן שמיד׳ געבוירן 1865 אין דראהיטשין, איז געװען באוװםט פאר א בעל כשרון. בײ בעסערע באדינגונגען, װען זכריה װאלט זיך אפגעגעבן מיט לערנען אדער שטודיום, װאלט ער אויסגעשטיגן גרויס. ער איז אבער מיט זיץ לערנען ניט געגאנגען װײטער פונעם חדר אדער תלמוד־ תורה, און איז באלד אװעק פאר א בעל־ מלאכה, ארויסהעלפנדיק זײן פאטער אין קתשניע. אויך פאר א צײט נאך זײן חתונה מיט פעשען, האט ער געצויגן זײן חױנה פון קוזשניע, זכריה׳ס פערזענלעכקײטן אבער האבן אים ניט געלאזט צו זײן אפ־ געשלאסן אין זײנע ד׳ אמות פון מלאכה און ער האט אנגעהויבן זיך צו מישן אין קהל׳שע ענינים. אין זײנע יונגע יארן ר׳ זכריה, פעשע שמיד א ח אײניעלעד איז ער געװען אגרעםױו; האט געפירט א קאמף קעגן די רעװאלוציאנער פון זײן צײט, די /,שװעסטער און ברידער״ א. א. אײנשאפנדיק זיך פיל קעגנער, מיטן לויף פון די יארן האט ער זיך געמעסיקט אין זײנע אומפולסױוע אויסברוכן. זײן שארפער מוח, פלינקע אריענטאציע און גוטער חתוך־הדבור, האבן געצװונגען יעדן אײנעם צו צוהערן זיך צו זײנע װערטער און ער איז מיט דער צײט געווארן אײנער פון די אזויגערופענע אפיציעלע אײביקע פרנםים פון שטאט.

passage_47f24159fb39d6701a3c3476
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1280-2578

זכריה איז געווען פון די שטענדיקע בעלי״ױעצים פון רב, האט זיך באטײליקט אין אלע שטאטישע אסיפות: געווען איינער פון די אנפירער פון דער חברה־קדישא און פון פיל אנדערע יידישע אינסטיטוציעס. א באזונדער קאפיטל פאר זיך איז זכריה׳ם טעטיקײט אין דער קאאפעראטױוע לײ־און שפאר־קאסע, בעסער געזאגט, די פאלקס־באנק, װו ער איז בערך א דרײסיק יאר (ביז זײן טויט) געווען דער דירעקטאר און הויפט־אנפירער, ארויס־ צײגנדיק זיך אלס אן עקספערטן אין פינאנצן. באנק דירעק־ טארן מיט בילדונג זײענען געקומען צו אים שואל־עצה זײן אין קאמפליצירטע פינאנץ־ענינים. ד״ר שאשקעס, דער אנפירער פון דער קאאפעראטױוע געזעלשאפט אין פוילן, איז געווען איינער פון זײנע נאענטע ידידים. ר׳ זכריה איז געווען א חבר פון דער חברה־ש״ס און א בעל תפלה אין אלטן בית המדרש. זועגן זכריה׳ם טויט גײען ארום פארשײדענע נישט קײץ קאנטראלירטע װערסיעס. איינע זאגט, אז ער איז געשטארבן מיט א נאטירלעכן טויט אין 1939; א צװײטע — אז ער איז געשטארבן מיט נישט קײץ נאטירלעכן טויט אונטער דער ממשלה פון די באלשעװיקעס אין 1940: און א דריטע — אז זכריה איז אומגעקומען דורך די דײטשן אין 1942. לײדער קענען מיר נישט פאמטשטעלן װעלכע פון זײ איז די ריכ־ טיקע . . . זכריה איז געווען דער ברודער פון דער באבע חיה־איטע,

passage_548ad98e761814e594c604aa
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2580-3983

די שמיד׳ס האבן געהאט פינף זין: יודל שמיד (אומגעקומען מיט זײן פאמיליע 1942 אין דראהיטשין), יהושע (דער מאן פון ראשי לאה לעװ, געשטארבן אין נױ־יארק), ישראל (אומגעקומען מיט זײן פאמיליע 1942 אין דראהיטשין), חײם זלמן (געשטארבן 1908) און אפרים (לעבט אין נױ־יארק). סוכיה דוד װארשאװסקי ע״ה טוביה דוד װארשאװסקי, א זון פון ר׳ שמואל ליתערן און ברודער פון ר׳ זושען איז געבוירן אין דראהיטשין. זײן חינוך האט ער באקומען אין חדר און פרױואט בײ מלמדים. האט אויך געלערנט בײם גאון ר׳ פנחס מיכאל אין אנטאפאליע און אין ישיבות. זײן פרוי, שדה. לאה, איז געזוען די שװעסטער פון ר׳ טוביה דוד לעװ פון הארבאכע. ר׳ טוביה דוד איז געווען א שותף צו די געשעפטן פון זײן ברודער ר׳ זושע. ער האט זיך אבער װײניק געמישט אין מסתר. ער איז געווען א שטילער מענטש און א יושב־אוהל. דאס מערסטע פון זײן צײט האט ער פארבראכט אין לערנען פאר זיך און אויך געלערנט פארן עולם אין אלטן בית־מדרש. אלם א גוטער בעל־תפילח, פלעגט ער שטענדיק דאװנען (אן געצאלט) מוםפים אין ימים־נוראים אין די דראהיטשינער בתי־מדרשים. ער איז געווען שטארק רעספעקטירט און געאכטעט אין שטאט. אין 1924 האט טוביה דוד מיט זײן פאמיליע אויסגעװאנדערט קײן ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ראשון־לציון, װו ער האט געהאט זײן אײגענעם האטעל אדער גאסט־הויז. ער איז געשטארבן דארט אין 1947.

passage_9181db4ac01ff90bfe2c57d0
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3985-4192

ר׳ טוביה דוד האט געהאט 4 טעכטער און איין זון: פערל (אומגעקומען מיט איר מאן זײדל און קינדער אין דראהי־ טשינער געטא): זלאטע (יצחק) אין קאנאדע; אליר״ באשקע און רח ל אין ארץ ישראל.

passage_46e7623c79335d57cd7b422c