Original scan
Original memorial-book scan 213
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1076

פערזענליעכקײטן און טיפן 209 שמשון גאלדמאן ע״ה שמשון ב״ר מאיר מרדכי גאלדמאן איז געבוירן 1859 אין דראהיטשין. פון קינדװײז אן האט ער געלערנט אין בית מדרש און געהאט א שם פאר א גוטן און פרומן בחור. נאך דער חתונה מיט העניע חיה שעדראװיצקי, האט זיך ר׳ שמשון גענומען צו װאלד־מסחר. ער האט געקויפט דעלאנקעס און די אויסגעארבעטע געהילץ ארויסגעפירט צום בילינער ברעג פון דניעפראװסקי־בוגער קאנאל. אויף זײן מזל איז פונקט דעם יאר פארגעקומען א גרויסע פארפלײצונג און דאס גאנצע געהילץ איז זױועק מיטן װאסער. ר׳ שמשון האט געזען אין דעם א סימן, אז ער דארף זיך פאר נעמען מיט דעם זעלבן געשעפט װאס זײנע עלטערן האבן ויך פארנומען, א,ן ער יהא ט געעפנט א קראם פון מאניפאק טור. די ערשטע צײט איז נישט געגאנגען אזוי גוט, װײל זײן גאנצער נד ן איז אוועק מיטן װאסער, נאר זײן גוטער נאמען זיצן פון לינקס: ר׳ שמשון און העניע חיה גאלדמאן. שטײטן: טאכטער בײלע, אײדער אהרן װאלװעלער און קינד רבקה, ע״ה יהאט אים געשאפן צוטרוי און דער געשעפט האט פראספערירט.

passage_72031fda89caecf6ebec698e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1078-2477

טראץ דעם װאס ר׳ שמשון איז געװען שטארק פארנומען אין זײן געשעפט, האט ער דאך יעדן טאג געפונען צײט צו לערנען א בלאט גמרא בין מנחה למעריב אדער נאך מעריב, ער איז קײנמאל נישט געזעסן בײם טיש ניט האבנדיק ארײנ־ געקוקט אין א ספר. ביז אין די מיטעלע יארן פלעגט ער יעדע נאכט אפריכטן חצות. עס איז נישט געװען קײן אײן מחבר פון ספרי־קודש װאס זאל אים נישט צושיקן זײן ספר. איז טאקע בײ אים געװען א גרויסע ביבליאטעק פון ספרי־ קודש און אפילו קבלה ספרים. ר׳ שמשון איז געװען א שטארקער קעגנער פון חסידות. ער פלעגט זאגן, אז גאט דארף מען דינען מיט תפלה, לערנען און מעשים טובים נישט מיט חסידישע נגונים און טענץ... פונדעסטװעגן, אז עס פלעגט קומען קײן דראהיטשין ר׳ נחומ׳קע פון סלאנים, פלעגט ד׳ שמשון ארויסגײן צו מקבל־ פנים זײן אים, אפטרעטן דעם שענסטן צימער און אלײן אים משמש זײן. ר׳ שמשון פלעגט זאגן, הגם ער איז א קעגנער פון חסידות און רבײם, דאך גיט ער אפ כבוד ר׳ נחומ׳קען, װײל ער איז א תלמיד־חכם, א למדן, און פאר א תלימיד־חכם האט ער געהאט דעם גרעסטן רעספעקט. און װירקלעך האט ר׳ נתומ׳קע געלערנט טאג און נאכט. ר׳ שמשון האט זיך אפגעגעבן מיט געזעלשאפטלעכער ארבעט. ער איז געװען פיל יארן גבאי פון נײעם בית מדרש און פון חברה קדישא; פארשפרײט אקציעס פון דער צױניס־ טישער קאלאניאל באנק; געזאמלט פארן קרן־היסוד א.א.װ.

passage_733cccc452a40e481c12cf0a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2479-3684

זײנע קינדער האט ר׳ שמשון דערצויגן אין רעליגיעזן גײסט, גלײכצײטיק געזארגט פאר זײער װעלטלעכער אויס־ בילדונג און האט אײנגעפלאנצט אין זײ ליבע צו צױן און ירושלים. די לעצטע יארן האט ר׳ שמשון געליטן פון א שטארקן סקלעראז אין קאפ און די דאקטוירים האבן אים פארבאטן צו לײענען און לערנען. דאך האט ער נישט געהערט די דאק־ טוירים און ביזן לעצטן טאג האט ער געלערנט משניות אדער עין יעקב, אמאל אויך א בלאט גמרא. ר׳ שמשון איז געשטארבן כ״ט ניסן תרצ״ב, 5טן מאי 1932. העניע חיה, ר׳ שמשונ׳ס פרוי, איז געבוירן 1854 אין דראהיטשין. צו אירע תנאים האט איר פאטער, ר׳ יעקב אליעזר שעדראװיצקי געקויפט א לאטעריע־צעטל און גע־ זאגט אז דער געװינס װעט זײן נדן פאר דער טאכטער. זײן צעטל האט טאקע געװונען 300 רובל, אבער דער נדן, װי געזאגט, איז אװעק מיטן װאסער. העניע חיה איז געװען אשת חיל, האט געװירטשאפט א גרויסע הויז און נאך ארויסגעהאלפן דעם מאן אין גע־ שעפט. זי האט זײער געשאצט און אפגעגעבן כבוד איר מיאן ר׳ שמשונ׳ען, װעלכער האט עס ישטארק אפגעשאצט. פארן טויט האט ער טאקע אעעזאגט, אז כל־זמן זי װעט לעבן, זאל זי זײן די בעלת־הבית׳טע פון הויז און געשעפט.

passage_dd52dcd8d77c57e786584840