Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 21
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1375

הימטאדישער איבערבליק 17 ווען אין 1912, און די איגיציאטארן זײנען געװען ר׳ ומאיר קאפלאן, אדער װי מיהאט אים גערופן ׳מאיר דער לינער׳ און ר׳ בנימין משה דער שוחט. אבער די דאזיקע ישיבה האט לאניט עקזיסטירט. דראהיטשינער בחורימלעך מיט גוטע קעפ, פלעגן אויך פארן זיך לערנען אין דער נאענטער מאלטשער ישיבה, בײ ר׳ זלמן סענדער׳ן, ז״ל, אדער אין סלאבאדקע, פון וועלכע עס זײנען ארויסגעקומען רבנים און װויל־לערנער. דראהיטשינער קינדער פלעגן אויך פארן קײן פינסק זיך לערנען אין דער פינסקער תלמוד תורה, ווו מיהאט אויך געלערנט וועלטלעכע לימודים. אנדערע פלעגן זיך לערנען אין די פינסקער רוסישע שולעס. מיר געפינען אויך שפורן פון דער השכלה באװעגונג אין דראהיטשין. אין 1883, א דאנק יצחק ראזענקראנץ און שלמה שעדראװיצקי, האט א גרופע דראהיטשינער ײדן גע־ קראגן א דערלויבניש צו עפענען א שולע פאר ײדישע ײנג־ לעך, און די רעגירונג האט אראפגעשיקט א רוסישן לערער. אבער ער איז געבליבן אן א שטאף ארבעט, װײל קײן ספע־ ציעלער בניּן פאר דער שולע איז ניט געװען. װי ס׳זעט אויס, האבן די דראהיטשינער ײדן נאך געהאלטן פון ״שקאלעס ניע זשעלאיעם״ (מיר פארלאנגען ניט קײן שולעס), און גע־ געבן דעם פארצוג די אלטמאדישע חדרים. אבער סוף־כל־ סוף איז אין 1885 געעפנט געװארן די שולע מיט 52 ײנג־ לעך און מיט א גאנץ היפשער צאל מײדלעך. *־ו ־ *

passage_e464fc79c3e6408d1fd405cb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1377-2415

פון די חברות אין די 90ער יארן פון פארגאנגענעם יאר־ הונדערט, איז כדאי צו דערמאנען דער גמילות־חסדים־חברה, וועלכע איז געגרינדעט געווארן פון ר׳ משה לאבענדיקער, אדער, װי מ׳האט אים גערופן, משה באדיעם, צו דער דאזיקער חברה האבן באלאנגט א היפשע צאל דראהיטשינער יידן און יעדער איינער האט געגעבן א הלואה צו דער חברה, און יעדער נויטבאדערפטיקער האט געקענט דארטן קריגן א גמילת־חסד. אין יענער צייט האט אויך פונקציאנירט איז דראהיטשין א חברה ״ביקור־חולים״, וועלכע פלעגט געבן ארימעלײט א דאקטאר, מעדיצין און אויך גוט עסן צו ערהאלטן זיך. אויך א חברה ׳,הבנםת־אורחים״ איז דאן געווען, ז װ ארימעלײט פלעגן האבן װו א קאפ צו לייגן און אויך עפעס אפצועסן. 11־ די דערבײאיקע גרויסע שטאט פינסק האט געהאט א השפעה אויף דעם .קלײנעם שטעטל דראהיטשין, דראהיטשי־ נער יידן פלעגן פארן איינקויפן זייערע םחורו ת אין פינסק, אדער פארן זיך הײלן בײ פינסקער דאקטוירים, און פון דארטן פלעגן זיי אראפברענגען די גרויסשטאטישע מאניערן און וועלט־אנשויאונגען.

passage_36891764f6cb0092ee89c194
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2417-3884

פינסק האט געהאט א שטארקן איינפ לום אויף די דרא־ היטשינער ײגנט־באװעגונגען אין דער צײט פון דער ערש־ טער רוםישער רעװאלוציע. דער ״בונד״ און די ׳,עס־עס״ פון פינסק האבן גאנץ שײן װערביר ט אין דראהיטשין חברים פאר זײערע ארגאניזאציעס און אין דראהיטשין איז געװארן לעבעדיק. די ױגנט האט ארגאניזירט א זעלבסט־שו ץ און קײן פאגראמען זײנען ניט פארגעקומען אין יענער שרעקלע־ כער צײט. די דראהיטשינער ײדן האבן געהאלטן שטאלץ זייער טראדיצי ע פון. מוט און ענטשלאסנקײט. אויך אין די אימה׳דיקע טעג פון דער דײטשער מאכט, האבן פיל ע פון די דראהיטשינער ײדן ארויםגעװיזן א װי־ דערשטאנד. װעלן מיר נאך אמאל הערן פון די שטאלצע ײדן אין דראהיטשין? אײן גאט װײסט! ־} נ * * װסג\־גגז.־ ״טויזנט יאר פינסק״, 1. י. 1941. ״םפר קאברין״, ת״א, תשי״א• ״פנקס מרינת ליטא״, עמ׳ צח, ברלין, תרפ״ה. ״המליץ״, 1882, גל׳ 40; 1883, גל׳ 18, 59, 60; 1885, גל׳ 81,10; 1889, גל׳ 39; 1890, גל׳ 17. ״חלקת מחוקק״, מח׳ ב׳, עמ׳ א׳ י״ג, ל״ה; מח׳ ד׳, עמ׳ מ״ד, ירושלים. ״אקטי אױדאװאעמאע װילענסקאױ קאמיםױ דלי א ראז־ בארא דרעװניך אקטאװ״, באנד 29, ז. 18־216 װילנע, 1902. ״פיסצאװאי א קניגא״, באנר 1,2. 123, 495. װילנע 1874. ״זשורנאל מיניסטערסטװא װנוטרעניך דיעל״, באנד 1, זײטן 382, 385. פעטערבורג 1843. פ. באבראװסקי ״מאטעריאלי רלי א געאגראפיא י םטא־ טיסטיקי ראםיאי, גרארנענסקאי גובערני״, באנד 1, ז. 215; באנד 2, ז. 386.

passage_ce9313011a632c0732f4e8e5
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3886-4291

״ענציקלאפעדיטשעם ק י סלאװאד״, באג ד 21, 1. 170. ״יעװרעיםקאי א ענציקלאפעדיא״, באנ ד 5, ז. 793; ב^נ ד 7, ז. 344; באנ ר 9, ז. 576 ־ 575. ״פאמיאטנאי א קניזשק א גראדנענםקא י גובערני״, 1. 172, גרארנ א 1905. ״דזשואי ש קאלאניזײשא ן אםאסיאײשא ן רעפארט״, 1925, 1927, 1930, 1931, (פראנצויזיש). ״צײטשריפט״, באנ ד 3 ־ 2, ז. 378 ־ 307, מינסק. 1928. זלמ ן שעװינסק י או ן גרלי ה קאפלאן.

passage_d0607f51298a75a7780eb5ee