Original scan
Original memorial-book scan 221
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1365

פערזענלעכקײטן און טיפן 217 זיצן פון רעכטס צו לינקס: הערשל חײס און חאשעלעװין, משה נפתלי בראנער װאילינסקי, לײב חײם װאלינסקי און חײקל מילנער. שטײען פון רעכטס צו לינקס: דינע כארמסעל, טענענבוים און זײן פרוי גאלדש פײטשע װיכנעס און משה נפתלי׳ם אײניקל. די קינדער אין פראנט: בערעלע װיכנעס און חײקל׳ם אײניקל. ר׳ משה נפתלי האט געהאט סו קינדער: ישעיה, דוד, יצחק, לײב חײם, חאשעלעװין, חוה מילנער, שרה חארסעל, ליבע, גאלדע און פײטשע װיכנעם. תא ט זי אלײן געשלעפט די אײז פון די ג-יאדאװנעס, געבראכט די רעצעפטן פון אפטײק, געװאכט און געפלעגט דעם חולה װי אן אמתע קראנקן־שװעסטער. גאר באזונדערס האט זי געארבעט מיט איבערמענטשלע־ כ ע כ,חות בעת דער טיפוס־עפידעמיע אין די יארן פון דער ערשטער װעלט־מלחמה. ניט קוקנדיק אויף דער געפער פון װערן אלײן אנגעשטעקט פון דער געפערלעכער מחלה, איז חאשע אפגעזעסן בײ די חולים אין שפיטאל און אין פרי־ װאטע הײזער טעג מיט נעכט און געהאלפן לינדערן זײערע לײדן. דאס זעלבע אז ימען האט באדארפט העלפן אן אהעמע כלה מיט אויסשטײער אדער באזארגן אן ארימע ײדישע פא־ מיליע מיט שפײז, איז אויך דארט ^חאשע געװען. א פאר יאר נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה, האבן הערשל־חײם מיט חאשען אויםגעװאנדערט קײן ארץ־ישראל און זיך באזעצט אין ראשון־לצױן, ווו זײ האבן פארגעזעצט זײער עבודת־הקודש.

passage_3c0e31b8907d49b5a4bbdf65
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1367-2527

הרב ישראל הלוי בארי (קאלאדנער), רב פון נם־צױנה אין ארץ־ישראל, שרײבט אונז װעגן חאשע ס לעבן און טויט אין ארץ־ישראל; ״מיטװאך, כ״ו שבט, תשי״ג, איז פון אונז אװעקגעגאנגען די גרויסע צדקנית חאשע לעװין, ע״ה. טראגנדי ק א גלאז־ טײ פאר א ן עלנדער פרוי אין מושב זקנים שפיטאל, איז זי געפאלן און געשטארבן. ״חאשע לעװין איז געװען א ן אײדעלע נשמה. זי האט ניט געלעבט פאר זיך, נאר פאר יענעם. אלע װאס האבן איר גע־ קענט, װעלן איר נאמען דערמאנען צום שבח. ״עס װעלן איר געדענקען אירע פלימעניצעם, װעלכע זי האט אראפגעבראכט אויף אירע הוצאות קײן ארץ ישראל און זי האט זײ חתונה געמאכט; עס װעלן איר געדענקען די אלע ישיבות און מוסדות־החסד, װו זי האט ארײנגעגעבן א םך געלט; עס װעלן איר געוענקען די שולן אין ״ראשון־לצױן״, װו זי האט מנדב געװען א ספר־תורה און טײערן װילנער ש״ם•, עס װעלן איר געדענקען די אורחים, װעלכע פלעגן דורכפארן ״ראשון־לצױן״ און חאשע פלעגט זײ געבן עסן און טרינקען און נאכטלעגער בײ איר אין הויז. א. א. װ.״ ר׳ הערשל־חײם איז געשטארבן טבת, 1937, אין ראשון לצױן. ער האט געשטאמט פון כאמסק. חיקל מילנער

passage_28b5846a74d051cdddd228b9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2529-3320

חײקל מילנער, א זון פון ישראל דוד און חנה מילנער איז געבוירן 1870 אין דראהיטשין און באקומען זײן דערציאונג בײ מלמדים אין שטעטל. אין 1890 האט ער גערריראט מיט חוה׳ן, די טאכטער פון ר׳ משה נפתלי װאלינסקי. חײקל צו־ זאמען מיט זײן שװאגער, ישראל אלעזר חארםעל, זײנען גע־ װען די אײגנטימער פון א גרויסער פאראװער מיל, די ער־ שטע אין געגנט. תײקל איז געװען פארװאלטונגם־מיטגליד פון פאלקס־באנק, פון ועד־הקהילה, א חבר פון דער חברה קדישא, א. א. זינט 1934 לעבט חײקל מיט זײן פאמיליע אין תל־אביב, ארץ ישראל, די מילנערס האבן געהאט 6 קינדער: גאלדע װיסאצקי, ױםף, זאב, שפרה םאראטשיק, יצחק און שמואל. ױםף איז געװען אין רענענקאמף׳ם רוסישע ארמײ, װאס איז 1914 ארײן קײן אםט־פרײסן און דארט געפאלן אין שלאכט.

passage_48fabd1e930b9242632f6da0