231 פערזענלעכקייטן און טיפן נאב ע חיה איטע ע״ה מען איז געגאנגעז אינ גאס און מ׳האט באגעגנט א פרוי פון מיטעלן װאוקס׳ אײנגעבויגן, מיט א רויטן טשיפיק אויפן קאפ׳ אנגעטאן אין א סאמעטענעם קאפטל און א ברײטע קלײד װאס האט גע־ האט א פארב װעלכן מען האט נישט גע־ קען אונטערשײדן צי עס איז אמאל גע־ װען שװארץ אדער טונקל בלוי׳ האט מען געוװסט אז דאס איז די שטעטלדיגע ״בא־ בע״ חיה איטע. ניט קוקנדיק אויף דער גאנץ נשקשה־ דיקער צאל יארן װאס זײנען געזעסן אויף אירע אײגגע־ די באבע חיה איטע, ע״ה בויגענע פלײצעס׳ איז איר גאנג געװען װי פון א ױנגר פרוי. מיט זיכערע טריט האט זי געשפרײזט איבער די גאסן און געסלעך׳ רעגנס אדער שניי, זאװערוכעס און שטורעמס, בײטאג און בײנאכט — פאר דער באבען זײנען ניט געװען קײנע שטערונגען װאס זאלן איר אפהאלטן פון גײן דערפילן אירע פליכטן העלפן ברענ־ גען א נײ־לעבעדיק באשעפעניש אויפ גאט׳ם װעלטל. אלט און ױנג אין שטעטל האבן געקענט די באבע חיה־ איטע. זי איז געװען גוטמוטיק, גוטהארציק און פרײנדלעך. צו יעדן אײנעם. שטענדיק האט מען בײ איר געפונען א דער־ מוטיקונגס־װארט. זי איז געװען די ״באבע״ פון כלל. יעדנס געזונט איז בײ איר געװען טײער און זי פלעגט בעטן דעם רבונו של עולם פאר יעדערן.
שטעגדיק האט זי זיך געאײלט װי זי װאלט מורא געהאט עפע ס צו פארשפעטיקן. זי איז געקומען אין צײט, צוגעגרײט אלעם נויטיקס פארן ברענגען דעם נײעם 'נפש ל (דאם איז דאך געװען איר פליכט). זי האט געפילט אז דאס לעבן פון צװײ מענטשן, מוטער און קינד, זײנען אויף אירער אחרױת. און אז אלץ איז פאראיבער םשלום, דואט זי געדאנקט דעם בורא עולם. פארגעבן איר גענוג כח און מזכה געװען מיט דער מצוה צו טאן די דאזיקע הײליקע ארבעט. אויב, חס וחלילד״ די געװיגערין איז געגאנגען שװער צו קינד און די געבורט־װײען זײנען געװען גרויס׳ פלעגט זי מרעיש עולמות זײן; װעקן די משפחה צו זאגן תהלים, לויפן אין בית מדרש, עפענען דעם ארון קודש און מיט געװײן בעטן רחמים. אז גאט זאל דער געװיגערין שײגקען די יארן. יעדערער אין שטעטל האט ביי איר געהאט דעם נאמען ״אײניקל״, און די,״איעיקלעך״ פלעגן איר רופן ״באבע״, א װארשאװסקי — משה (זון פון ר׳ נזרדכי און ציפע) און בײל־״ע (טאכטער פון באבע חיה איטע סאלעװער) ע״ה, גע־ שטארבן בײדע אין דער טיפוס־עפידעמיע אין דראהיטשין אין 1915; משה — ז׳ תשרי בײלע — י״ב תשרי. די װארשאװסקי׳ס האבן געהאט 5 קינדער: פײגע־רח ל (אומגע־ קומען מי׳ט איר פאמיליע אין דראהיטשין), בלומה (געשטארבן אין שיקאגע), שרה, באשקע (לעבן אין שיקאגע) און יעקב (לעבט אין נױ־דזשערזי). זען זײטן 117, 215, 246 און 325.
נאמען װאם זי האט כשר פארדינט. עס איז כמעט ניט געװען קײץ געװעערין אין שטעטל, אז די באבע חיה־איטע זאל ניט זײן די הײבאם. דער נאמען ״באבע״ האט מיט דער צייט געמאכט צו פארגעסן איר אמתן נאמען ״חיה איטע״. עס איז געװען געגו ג צו דערמאנען דעם נאמען ״באבע״ און אלע האבן געװאוםט װער דאס איז. איר זארג פאר אירע ״אײניק־ לעך״ איז געװען גרויס, איר ארבעט האט זי געטאן בשלמות. אזוי איז די ״באבע״ אנגעגאנען מיט איר ארבעט ביז תשע ה בא ב פון 1918. מען האט זי גערופן װי געװײנלעך צו א פרוי, א געװינערין, ניט װײט פון שטעטל. דאס איז געװען די פרוי פון לײבע הויזמאן, דעם פאקטער פון טשעראמכע. אלץ איז צוגעגאנגען נארמאל און די פרוי האט געבוירן א ײנגל. די ״באבע״ האט דארט פארבראכט א װאך צייט. סוף װאך איז לײבע דער פאקטער געפארן קײן דראהיטשין און האט מיטגענומען דער באבע צוריק אין שטעטל. פארנדי ק פארבײ דעם דובאװײער ם^■, האט די ״באבע״ געזאגט דעם פאקטער, אז זי װעט אראפגײן אין דובאװײ קויפן פרוכט, ער זאל אויף איר ניט װארטן, זי װעט שוין אלײן קומען אהײם קײן דראהיטשין. דער פאקטער האט אזוי געטאן.
ס׳זײענען פאראיבער עטליכע טעג און די ״כאבע״ איז ניט צוריקגעקומען. די זארג בײ די ״אײניקלעך״ איז געװען גרויס. מ׳האט זיך ארויםגעלאזט זוכן איר אין גאנצן געגנט, אבער קײן שפור איז ניט געפונען געװארן פון איר. אלע בא־ מיאונגען אויסצוגעפינען עפע ס װעגן איר האבן זיך אויס־ געלאזט מיט גארנישט. אזוי װי זי װאלט גארניט עקזיסטירט. ביז הײנט װײס קײנער ניט װאו זי איז אהינגעקומען . זלמן שעװינסקי .