Original scan
Original memorial-book scan 238
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1369

234 דראהיטשין הרב ר׳ אברהם חײם קאצענעלענבויגן ר׳ ל הרב ר׳ אברהם חײם קאצענעלענבויגן פון םװיסלאשטש (בײ ביאליםטאק) האט אפגעשטאמט פון די באװאומטע קאצענעלעגבויגענם, װעלכע ציען זײער יחוס פון דעם לעגענדארן ר׳ שאול װאהל, װאם איז געװען פוילישער קעניג אײן נאכט... הרב קאצענעלענבויגן איז מיט אן ערך פון 175 יאר צוריק אנגעקומען פאר אן אײדעם צו אײנעם פון די דראהיטשינער װאלעװעלםקים, װעלכע רעכענען זיך פון די װתיקים פון דראהיטשין. מען איז זיך משער, אז דער נאמען ״װאלעװעלםקי״ שטאמט פון דעם הויף װאלעװעל לעבן דראהיטשין. אפגים, אז דער ערשטער װאלעװעלםקי איז אנגעקומען קײן דראהיטשין פון װאלעװעל. צו דער חופה האט מען חתן־כלה געפירט אויפן םאמעטער װאם איז געװען אויסגעשפרײט פון שטוב ביזן שוהל. דער חתן האט צו דער התונה באקומען א גרויסן נדן. אויך דער פאטער פון חתן, דער רב פון םװיסלאשטש, האט באקומען נדן... הרב אברהם חײם, װעלכער האט זיך גערופן ״דער רא־ בינטשיק״, איז כל ימיו געזעסן און געלערנט און זײן פחײ באדי איז געװען די פרנסה־געבערין. באדי האט געהאנדלט מיט תבואה און פלעגט געבן די האנט צו די פריצים דורכן פארטוך... פאר זײן פטירה האט הרב ר׳ אברהם־חײם געבעטן מחילה בײ זײן פרוי פאר נישט אויסהאלטן די תנאים פון דער כתובה, אז א מאן איז מחויב צו שפײזן זײן פרוי און קינדער...

passage_547a9a711aa46b791eb6ddf2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1371-2528

דיקאצענעלענבויגעןם האבן געהאט פיר זין און צװײ טעכטער : זעליג (זײנע קינדער : שײנע־ציפע , אהרן , ױאל־לייב , בוניע און שרה) . שמעון (איז געשטארבן אין אײן צײט מיט זײן פאטער ר׳ אברהם חיים . פײגע מאטיע־לײבם איז געװע ן א ן אײניקל ; און פראנק װאלין פון מאטעלע , הײנט אין שיקאגא — אן אור־ אײניקל) . פרײדע (אירע קינדער נישט באװאוםט) . בוניע (איר מאן האט געהײסן זעליג קאפלאן פון בריסק . זײערע קיגדער : זלמן , שמעץ , חאצקל און דװאשע) . פיניע (זײנע קינדער : מאיר־לײב , הרב ר׳ ױםף װאלעװעל־ םק י און חאצקל קאצענעלענבויגען) . חאצקל (זײנע קינדער : משה־לײב , דוד , שײנע־רחל , לאד״ שרד״ דינד״ פײגע און חוה אװערבוך) . ס׳איז אויפפאלנד , װאם אלע קינדער פון הרב קאצענעלענ־ בויגען האבן זיך גערופֿן אויף דער מוטערם פאמיליע־נאמע ן — װאלעװעלםקי , און נישט קואצענעלענבויגען . אויך דער נאמען פון דער עלטער־באבע באדיע איז שטארק פאפולער אין דער װאלעװעלםקי־משפחה ע ד הױם . כמעט אלע שפעטער־געבו י־ רענע מײדלעך אין דער װאלעװעלםקי־פאמיליע האט מען גע־ רופן מיטן נאמען באדיע . די אלטע באדיע האט געלעבט קרוב צו הונדערט יאר . פרטים פון זלמן שעװינסקי . כאדיע שעװינסהי

passage_968267d4ce2feccb69774811
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2530-3246

באדין שעװינסקי, אור־אײניקל פו ן הרב ר׳ אברהם חײם קאצענעלענבויגען, איז געבוירן צו אירע עלטערן ציפע און יעקב לײזער שעדראװיצקי אין דראהיטשין. [די שעדראװיצ־ קי׳ם האבן געהאט 8 קינדער: פײגע, אהרן־יצחק, אברהם־ באדיע שעװינסקי שמעון, העניע־חיה, שלמה־באדיע, דוד־לײב און חנה־רײזל.] אין 1887 האט באדיע געהײראט פאר נחום שעװינסקי פון קאברין און ארויסגעהאלפן איר מאן אין מסחר. אין 1912 זײנען די שעװינסקי׳ם געקומען קײן אמעריקע. באדיע האט זיך דא אפגעגעבן מיט טובת־הכלל־ארבעט. אויף אירע עלטערע יארן לעבט באדיע צוזאמען מיט אירע קינדער הרב ר׳ נחום־יצחק און טויבע־גיטל מאקם אין שי־ קאגע. — זען זײטן: 159, 166, 187, 188, 195, 209 און 211.

passage_030c71a449d40666cadb3aa2