Original scan
Original memorial-book scan 241
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1429

פערזענלעכקײט ן און טיפן 237 הויזמאַן פאמיליע, ע״׳ ה — אויבן פון רעכטס: משה־בער און פײגל הויזמאַן און קינדער; שמואל גרינבערג (אײ־ דעם), הנ ה (שמואלס פרוי) און רײזל (אונטן רעכטם), אומגעקומען אין דראהיטשין אין 1942; שמואל, פעטי־ אפיציר פון קאנאדער ים־פלאט, געפאלן כ״א אב, 1945; און ישראל, געשטארבן י״ב אדר, 1946, אין ארגענטינע • שמואל איז געווען א רעליגיעזער ױנגערמאן. פארן אװעקגײן אין דער מלדנמה האט ער געלאזן א צװאה׳ טאמע ר װעט מיט אים עפעס געשען, זןהי מען זײן פארמעגן צעטײלן אויף צדקה. משה בער, א זון פון אלטער דעם מגיד׳ס און טשערנע הויזמאַן, און פײגל (געבוירן אין דארף סאקאלװוקע), זײנען בײדע געשטארבן אין אי״ץ טאג, אין דער טיפוס־ע&ידעמיע — ה׳ תשרי, 1915. — משה־בער — צו 39 יאר, און פײגל — אין עלטער פון 41 יאר, און געלאזן 12 קלײנע יתומים. דערצײלט די טאכטער חיה־עטל: די לוי ה פון איר מו־ טער איז פארגעקומען בייטאג און איר בדודער האט צו מנחה געזאגט קדיש, האט איר פאטער זיך ארויסגערעדט; ״זאג, זאג מײן זון קדיש נאך דער מאמען, ש&עטע ר װעסטו זאגן קדיש נאך מיר״ ל״ע. א װײלע שפעטע ר איז איר פאטער אװעקגעפאלן. די השגחה איבער די יתומים האבן דאן איבערגענומען די צװײ עלטערע שװעסטער: חיה־עטל האט געהאלטן א שפיױ־קראם און געזארגט פאר חױנה און חנה האט געפירט די װירטשאפט אין שטוב, ביז די קינדער זײנען אונטערגע־ װאקסן און זיך צעפארן איבער דער װעלט.

passage_4a9c8d40d583b186b15535c8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1431-1640

שרה־דבור הניטאװסקי, אסתר־לאהגאלדשטײן (שיקא־ גע), פרײדלגאלד(נױ־יארק), חיה־עטלאפמאן(לאס־אנ־ דזע^נלעס), באדיעפײנמאן, שײנדלשטײנבערג(זויניפעג, קאנאדע) און יעקבעגראסמאן(ארגענטינע).

passage_bb51653f20e5522cb7075f20