Original scan
Original memorial-book scan 244
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1238

240 דראהיטשין זעליג הױזמאן ע״ה עזריאל זעליג הויזמאן, באקאנט אלס ״זעליג דעם מגיד׳ס״, איז געבוירן 1858 אין דראהיטשין. זײַן פאטער האט געהײסן ״לײבע דער מגיד״. די משפחה הויזמאן איז געװען א שם־דבר אין שטאט. זעליג׳ס א ברודער, אלטער דעם מגיד׳ס, איז געװען א יודעם ספר און אן אײגנטימער פון א קרעטשמע (פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה). א שװעסטער זעליג׳ס, שרה לאה, איז געװען די פרוי פון מאיר נח׳ם (א ברודער פון ר׳ בנימין משה דעם שוחט׳ס פרוי). א שװעמסטער הענדל האט געלעבט אין יאנאװע. זײַן תינוך האט ר׳ זעליג באקומען אין חדר און אין בית־ המדרש. צו 19 יאר האט ער געהייראט מיט סירקען, א טאכ־ טער פון דעם באװאוםטן ר׳ מאטי פנחס דעם מלמד. נפתלי שטײנבערג איז געװען ר׳ זעליג׳ם שװאגער (זע זײט 177). ר׳ זעליג, װעלכער האט זיך פארנומען מיט מסחר, האט זיך גערעכנט פון די אנגעזעענסטע בעלי בתים אין גאס־בית־ מדרש און האט געפירט א בכבודיקע הויז. אונטער דער דײטשער אקופאציע אין דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען דער פוילישער רב, הרב ר׳ נח קאהן, ז״ל, און יבדל לחײם הרב ר׳ יהודה דוד גאלדמאן (הײנט אין ר׳ עזריאל זעלין און סירקע הויזמאן, ע״ה שיקאגא) האבן זיך אונטערגענומען צו פאריכטן דעם עירוב

passage_386eb8f056881e977df78798
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1240-1792

אין שטאט (װאס איז צעשטערט געווארן אין דער מלחמה), האט ר׳ זע ליג געגעבן דעם גאנ־ צע געל ט פאר דעם צװעק אל ס מתן בסתר. בכלל האט ער זיך גע־ לאזט געפינען שטענדיק פאר א דבר צדקה האט ליב געהאט צו טאן א טובה אײדן. אין 1922 איז ר׳ זע־ ליג מיט זיין פאמיליע אריבערגעקומען קײן שיקאגא, װאו ער האט אלטער ב״ר זעליג און פעשקע הויזמאן א ע קינדער (פון לינקס): פרײדל, מאיר מאטיע, פיניע, נפתלי, ניסל און שמערל. שררולאה,מאיר נח׳ס פרוי (לאשינסקי) זיצט רעכטס. אלע זײ־ נען אומגעקומען. הידו

passage_39fd3e860b439d89827bd976