Original scan
Original memorial-book scan 252
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1347

248 דראהיטשין הא טער אונז געשטיצט מיט אלע ם מעגלעכן . די מוטער פלעגט לויפן אין די גרעסטע זאװירוכעס צום באן־סטאנציע צו זוכן א געלעגנהײט צו שיקן אונדז פעקלעך מיט עסנװארג א.א.װ . מײן פאטער פלעגט קײנמאל נישט ארויסגײן צו זײן ארבעט װאו ער האט פריער נישט געדאװנט מיטן מנין אין שוהל . די ארבעטער פלעגן ליגן אויפן געשפאנטן װאגן און װארטן ביז ער איז געקומען פון שוהל . מײן טאט ע הא ט געאר ־ בעט זײער ערלעך און ראיעל . ער הא ט אין זײנע בוי־אונטער ־ נעמונגען (אממײנסטן אין פריצישע הויפן ) ארײנגעלײגט פיל מער צײט ׳ װי עס האט זיך געפאדערט , מורא האבנדיק ׳ אז ער זאל חלילה נישט אפנארן יענעם . האט טאקע פיל מאל געטראפן ׳ אז דער טאט ע האט פרײטאג אויסגעצאלט די אר ־ בעטער זײערע שכירות איז פאר אים װײניג־װאס פארבליבן.. . מײן טאט ע האט זיך געהיט פאר א פרעמדן גראשן און גע ־ האלטן זיך זײער באשײדן.. . שבת האט מײן טאט ע אין ערגעץ נישט געגאנגען ׳ אחוץ פון שטוב אין שוהל און פון שוהל אהײם . א גאנצן טאג פלעגט ער זיצן בײ א ספר אין הויז אדער ער האט מיטגעלערנט מיט ר י חברו ת אין שוהל . ער איז געװען פון די ערשטע צו קומען אין שוהל און פון די לעצטע צו פארלאזן . און אויב ער איז געװען פארבליבן אין שוהל אן ארימאן װאס האט נישט גע ־ האט װאו צו עסן האט ער אים גענומען צו זיך אויף שבת .

passage_9d9fd2460485cc97b0c0b442
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1349-2342

זינט איך געדענק פלעגט מײן פאטער פאסטן אלע ערב־ ראש־חודש. און ראש־השנה און יום־כיפור פלעגט ער איבערן גאנצן דאװנען שטײן אויף די פיס... ער האט זיך געהיט פאר לשון־הרע און רכילות. ער האט געהאט אין זיך צארטקײט... כמעט יעדן שבת האט מײן טאטע געהאט אן אורח בײם טיש. אחוץ דעם װאס דער שמש האט שוין געהאט א חזקה צו שיקן אונדז אן אורח מיט א צעטל׳ פלעגט דער טאטע׳ װי געזאגט׳ ברײנגעגען אהײם אורחים אומגעריכט. א^ן די מאמע איז געװען צופרידן צו צעטײלן דאס לעצטע פאר די אורחים. מײן מוטער פלעגט אויך א גאנצן שבת נישט ארויםלאזן דעם טײטש־חומש פון האנט. זי פלעגט פון ״צאינה־וראינה״ און תחינה אויך פארלײענען פאר פרויען אין שטוב אדער אין שוהל. זי איז געװען זײער אפגעהיט אין יידישקײט. גלײך נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה האט מײן פאטער געװאלט פארקויפן די הויז מיטן פלאץ און פארן קײן ארץ־ ישראל. ער איז אבער געװען אריבער 35 יאר אלט און נישט געקענט באקומען קײן םערטיפיקאט...

passage_f3873e00cc3134268601015a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2344-3754

אין 1941, װען די רוסן האבן פארנומען אײניקע דראהיטשינער פאמיליעס אויף אפצושיק ן קי ץ דוסלאגד, האבן זײ על־פי־טעות, אויך פארװעמען מײן טאט ן, מאמען און שװעסטער. (די רוסן האבן געזוכט א צװײטן דוד װארשאװסקי, װאס האט שוין נישט געלעבט.) מײן מוטער, דערצײלט מען, האט שטארק ;עװײנט... איז דער רב, ר׳ א. י. קאלענקאװיטש, ז״ל, מיט בעלי־בתים, געגאנגען אום שבת צום רוסישן קאמיסאר און האבן זײ אויסגעבעט אהײם... װי מען דערצײלט, האבן די דײטשישע רוצחים פארנומען מײן פאטער, מוטער און שװעסטערל (און נאך הונדערטער ײדן) קײן בראנע־גװערע לעבן קארטוז־בערעזע צו די קאלדגריבער און זײ דארטן געטויטעט מיט מיתות־משונות! הי״ד! די אויסזידלונג איז פארגעקומען — שבת־נחמו, י״א אב, תש״ב — 25 ױלי, 1942! אבער די עצם הריגה איז פארגעקומען זונטאג, י״ב אב. — זען זײטן 117, 137, 305 און 307. יבדל־לחײם. — זאל נאך דא דערמאגט װערן מײן אײנציקער ברודער, ישעיה װארשאװסקי, װעלכער האט נאך דרײ יאר השתדלות און בקשות קוים באקומען א סערטיפיקאט און ער האט זיך אין 1938 געראטעװעט קײן ארץ־ישראל. [איבערגעדרוקט בקיצור פון ״מגיד״ר ז איכר־ און פון דריטן חורבן״ (1952, שיקאגע) פון דקר ב דוב ב. װארשאװסקי.] קומי רוני בלילה לראש אשמורות, שפכי כמים לבך נוכח פניה / שאי אליו כפיך על נפש עולליך, שכבו לארץ חוצות נער וזקן, בתולות ובחורי נפלו בחרב. איכה ב/

passage_4f4df3bf10c3f79ea4d290e1
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3756-3938

על אלה אני בוכיה, עיני עיני יורדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי ■ תבוא כל רעתם לפניך ועולל למו כאשר עוללת לי, כי רבות אנחותי ולבי דוי • איכה א׳.

passage_5ba519081b280c819cfffda8