Original scan
Original memorial-book scan 260
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-954

256 דרא הייטשין ש. פישמאן איז געװען פארזיצער און ה. ל. אײזענשטיץ— סעקרעטאר). אין ביבליאטעק־צימער איז אויך אויסגעפלא- נעװעט געװארן די פייערוגג פון דער באלפור־דעקלאראציע און די געלט־זאמלונגען פארן קרן־קיםת א.א. נאך אײזענשטײנם אפפאר קיין אמעריקע האט שײנקע פעלדמאן אריבערגענומען די ביבליאטעק צו זיך אין א צי- מער ןמאיר ױדל פעלדמאנם הויז). פון די פעלדמאנם איז די ביבליאטעק אריבער אין הויז פון לאה־בײלע מישאװםקי. אין יאר 1925 האט די ביבליאטעק־פארװאלטונג איבער- גענומען דעם גאנצן צװײטן עטאז׳ פון ליבע רימלאנדס מויער׳ װאו עס איז געװען אײנגעארדנט אחוץ די ביבליאטעק א גרויסער לײען־זאל׳ װי אויך אינסטאלירט צום ערשטן מאל א ראדיא... שפעטער האט זיך די ביבליאטעק געפונען בײ חײטשע עפשטײן אין הויז (אירע עלטערן: חײם משה לײזערס און שרה.) די לעצטע דירה פון דער ביבליאטעק איז געװען אין בנין פון דער שולע ״מוריה״ און דאם איז דער םוף...

passage_1dc75a2c28f215ef4a90c006
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 956-2101

צװישן די טוער פון דער ביבליאטעק זײנען געװען הערש לײב אימענשטײן, שײנקע פעלדמאן, יודל דוד גאלדמאך פײגל עפשטײן, יצחק שוכמאן, בלומע װארשאװםקי־גוטאװ, רבקה ראזענצװײג־סערטשוק, אסתר מישאװםקי, דוד עפ־ שטײן, חײטשע עפשטײן א.א. (זען בילד אויף זײט 73.) שפע־ טער זײנען צוגעקומען רײזל מילנער, רישע עפשטײן־פעלד־ מאן, קאברינםקי א.א. אין יאר 1931 איז די פארװאלטונג פון דער פאלקס־ביבליאטעק באשטאנען פון מנחם קאלענקא־ װיטש, יעקב מישאװסקי, לײבע ליעװאק, בײלע מילנער, קלמן אויבערמאן, שרה סלאנימסקי, שמואל מילנער, מערי שװארצ־ בערג־קאלענקאװיטש, שלום בײך, לאה מאזורסקי א.א. דער־ נאך זײנען צוגעקומען נײע קולטור־טוער און אזוי כסדר ביזן חורבן... װעגן נאך פרטים זען זײט 49 און דאס בילד דארט, מקורות: גדליה קאפלאן, שלום גראטש, הערש־לײב אײזענוטײן, יוסף פעלדמאן און ד.ב.װ. שטײען פון רעכטס; יודל דוד גאלדמאן, פײגל עפשטײן, רבקה ראזענצוזײג־סערטשוק, איטשע פיסעצקי, אסתר מישאװסקי, בלומע װארשאװסקי און איר מאן מרדכי גוטאװ. זיצן פון רעכטס: ברוך קאצמאן, שײנקע פעלדמאן, יצחק שוכמאן, מנוחה'ראבינאװיטש, מנחם אװערבוך און שרה קרײנעס.

passage_9a6360807c7a526fe0801a66