Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 265
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1314

אינסטיטוציעם און פארטייען 261 ציוניסטישע און סאציאדעמישערע פארנדעז ןנ־ען - ציוניססו סעויס^וי^ליס) ; פאקטן פון יצחק קופער אויפגענומען פון גדליה קאפלאן די גרויסע רעװאלוציענערע באװעגונג פון די ״עם־עס״, אדער, די אזוי גערופענע /׳שװעמסטער און ברידער״ פון די יארן 1906 ־ 1905, װאס האט דאן ארומגעכאפט גאנץ רוסלאנד װעמענם ציל איז געװען צו קעמפן קעגן צארישן דעםפאטיזם, און פאר א בעסערן לעבן פאר די ארבעטנדיקע מאסן׳ האט אויך, נאטירלעך, פארכאפט די יוגנט פון דראהיטעזין, זין און טעכטער פון ארעמע ארבעטער, אנגעפירט פון רייכע םטודענטן. דער ערשטער םיגנאל צום קאמף איז געװען, װען די צװײ ערשטע גרינדער פון דער עס־עם באװעגונג אין דראהיטשין, װעלװל פאליאק און גדוּל קאצענעלםאן, האבן אויפגעפא־ דערט יצחק קופער׳ן אראפצונעמען די ארבעטער פון יצחק קראװעצעס װארשטאט. יצחק קופער האט דאן געארבעט אלם שנײדער־געזעלן. װי דער שטײגער איז געװען אין יענע יארן האט א שנײדער ארבעטער געדאריפט ארבעטן פון 5 פרי ביז 10 אװנט. ער האט אויך געדארפט אנהאקן האלץ, אנטראגן א פאםל װאםער, ארויםטרײבן די בהמה אין פעלד א.א. די עם־עם אנפירער האבן געפאדערט אװעקצומאכן מיט די שבת־צו־נרכטיקע ארבעט (מען יהאט געמוזט אפארבעטן פאר שבת), קירצערע ארבעטם־שעה׳ן בעסערע ארבעטס־ באדינגונגען און מער געלט.

passage_0214ecd31a27c8e82696fcee
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1316-2363

עם האט זיך אנטװיקלט א שט^־קער קאננף צװישן די ײדישע ארבעטער און ארבעטגעבער. פאר א צײט איז אנ־ געגאנגן א םטרײק און די ארבעטער זײנען ארויסגעהאלפן געװארן מיט געלד שטיצע פון עס־עס קאמיטעט. אײן ארבע־ טער, אביגדור ציפולניקעס, װעלכער האט נישט געװאלט אראפגײן פון דער ארבעט בײ יעקב שמעון לעװ, איז פון די ארבעטער צעשלאגן געװארן און איז מער נישט דערלויבט געװארן צוריקגײן צו זײן אךבעט יעקב ש:?עונ׳ס זון, אברהם יצחק לעװ, איז געװען אײנער פון די אנפירער פון סטדײק אין זײן פאטערס װארשטאט.. . די בעלי־בתים האבן נישט געװאלט נאכגעבן די ארבע־ טער באדינגועען. עס איז אראפגעקומען דער איספראװניק פון קאברין און עס זײנען געמאכט געװארן עטלעכע ארעסטן • אבער לסוף האבן געזיגט די ארבעטער. די שבת־צו־נאכטיקע ארבעטם־שעה׳ן זײנען אפגעשאפ ט געװארן, ארבעטם־שעה׳ן פארקירצט געװארן פון 7 ביז 7 א.א. מען האט אויך אויס־ געקעמפט קירצערע ארבעטם שטונדן און גרעסערע שכירות פאר די שטרוי־ארבעטער . נאך דעם דאזיקן קאמף און צוליב די ארעםטן, איז פאר

passage_46d789283c887e958e359159
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2365-3308

אצײט געװען שטיל. אבער די עס־עס פירער האבן זײער ארבעט אנגעפירט אין געהײם. אויפן בוידעם פון זלמן װאלעװעלםקיהאט די חברה געהאט א דרוקמאשין, װו זײ האבן געדרוקט פראקלאמאציעס אין ײדיש, רוסיש און װײם־רוסיש, רופנדי קצו א רעװאלוציע קעגן צאריזם. דער פאר־זיצער פון די עס־עם קעמפער, אליהו נחמענדלסאן, האט זיך געשטעלט א ציל צו מאכן די ארבעטער באװאוםטזיניק... . אין דער בוינע הינטערן שטאט זײנען געגעבן געװארן פאר די ארבעטער לעקציעס אין רוםיש, אריטמעטיק, תנ״ך — געמישט מיט סאציאליזם און העברעאיש. די לעקטארן זײנען געװען די ױנגע געלערנטע און אינטעליגענץ פון שטאטס עפשטײן, ױםף האלפער ן (פון פינסק), יעק ב םידער^ו, ראזע שאפיט (קאברין), א. נ. מענדעלסאן און טאדרעס לײב מילנער. דער לעצטער איז געװען קאםירער פון דער באװעגונג און האט זיך פארנומען אויסצושאפן ״פרעסע קריפם״, נײע ביכער אוו דעם צױניםטיש־םאציאליםטישן ״דער נײער װעג״.

passage_3ae014f58dfe705c370c03af
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3310-4585

אחוץ דעם פלעגט יעדן פרײטיק־צו־נאכט הינטערן אלטן בית־עולם פארקומען א רעפעראט פאר די ארבעטער. איעמאל איז אראפגעקומען א רעדנער פון פינסק, שמואל נײדיטש. דער פרעלעגענט האט אויף א נאטירלעכן אופן אויפגעקלערט דאס פאלן פון רעגן. זכריה שמיד האט דאם אונטערגעהערט פון זײן גארטן, װאס גרעניצט זיך מיטן בית עולם, און האט אויף מארגן, שבת, אין שוהל געמאכט א טומל, אז די שװעס־ טער און ברידער פרײדיקן כפירה, עם איז אנטשטאנען א גרויסע קריגערײ און א געשלעג. יצחק קופר האט גע־ קריגן געפאטשט פון זײן פאטער. דאם גלײכן האט אליה לײבקע ס געפאטשט זײן זון ישראל ברוך פאר אנגעהערן צו די כופרים. .מען האט זיך דאן פארקליבן אויף א ן אנדער ארט, הינטערן נײעם בית־עולם, אויפן בובין, װאו מ׳האט אנגעפירט אין געהײם די אקטױויטעטן. די בעלי בתים פון שטאט מיט זכריה שמיד און דער סטארעסטע ה;יבן אלץ נאכגעשפיאנירט און געמאכט שטערונגען די עס־עס . אליה נח מענדעלסאן האט דאן געגרינדעט א פארמאס־ קירטע חברא א.נ. תפארת־בחורים, א.ן װונטערן משנה ברורה האט מען געלערנט מיט די מיטגלידער ײדישע און אלגע־ מײנע געשיכטע און פארשפרײט דעם ציוניסטיש־סאציאליס־ טישן געדאנק. איטקע װאלעװעלםקי און יונה מנשה׳ס פלעגן פארטיילן צו יעדן חבר שרײב־פאפיר און בלײפעדערס.

passage_a491a8a9853b55d142563f8a
Passage 5normalized OCR · source chars 4587-4697

דע ר געגען־צ ד הא ט אוי ך ניש ט גערוט . אימיצע ר הא ט אונטערגעטראג ן צ ו ד י אויער ן פו ן פריסטאװ , װעג ן דע ר

passage_0e1110f775692ea666746ecf