266 דראהיטשין אנערקענט ארץ ישראל אלס ייִדישע נאציאנאלע הײם, האט נאטירלעך אויך אנגעשטעקט אונזער דראהיטשין. דער גרויסער פאראד איבער די גאסן פון דראהיטשין פון יונג און אלט לכבוד דעם אקט פון סאן־רעמא לעבט נאך געװיס אין זכרון פון אלע לעבן־געבליבענע דראהיטשינער. די רבנים האבן מארשירט פאראויס מיט די ספר־תורה׳ס אין די הענט, חבר יודל זילבערשטײן האט ריטערלעך געריטן אויף א שײ־ נעם װײסן פערד און די חברים פון ציוניסטישן קאמיטעט זײנען געװען באצירט מיט װײם־בלויע ארם־בענדעד און מיט אנדערע סימבאלישע באפוצונגען. די גרויסע מאמע האט זיך מאיעסטעטיש און אין גוטער ארדענונג באװעגט ביז זי איז צוגעקומען צו דער קאנצעלאריע פון פוילישן קאמיסאר (איך קען זיך ניט דערמאנען זײן נאמען)׳ װעלכער איז אג ב געװען זייער א ליבעראלער מענטש און פריינטלעך צו ייִדן. [צום קאמיטעט װאם האט ארגאניזירט די פײערונג פ ח דער באלפור־דעקלעראציע האט אנגעהערט; יעקב אײנבינ־ דער׳ משה בעזדזשעזםקי׳ גדליה קאפלאן׳ נפתלי שטײנבערג, בצלאל ח. װאלפםאן׳ א לערער׳ הערש־לײב אײזענשטײן׳ ש. פישמאן, װעלװל מישאװםקי, הערשל שקאלניק י. זילבער־ שטײן, שמואל שוב א.א. זען בילד אויף זײט 96. — רעדאק.] דער קאמיסאר איז ארויסגעקומען אין זײנע בגדי שר
און דער שרײבער פון די שורות האט אים אין יפויליש בא־ גריסט ^זין נאמען פון דער גרויסער מאניפעסטאציע און אויפ־ געקלערט די באדייטונג פון פאראד׳ אויסדריקנדיק די האפ־ נונג׳ אז דאס פוילישע פאלק װאס איז ערשט אלײן באפרײט געװארן פון פרעמדן יאך, װעט אויך העלפן די ײדן אויפבויען די יידישע היסטארישע לאנד, װאס איז זי צוגעזאגט געווארן פון גאט אלײן דורך די אבות און נביאים... דער קאמיסאר האט געענטפערט מיט זײער פרײנטלעכע װערטער און פאר־ זיכערט אז ער פון זײן זײט װעט ערמוטיקן די ציוניסטישע ארבעט אין דראהיטשין און ער האט הארציג באגריסט די ײדן לכבוד דעם היסטארישן אקט פון סאן־רעמא. מידע און ערשעפטע, אבער מיט איבערפולטע הערצער פון התלהבות און פלאמענדיקן גלויבן פאר דער צוקונפט פון א זעלבסטשטענדיקן ײדישן פאלק אין א באפרײטער ארץ ישראל און מיט שטילע תפילות צום בורא עולם פאר זײן חסד, איז דער עולם זיך פונאנדערגעגאנגען. יעדער אײנער האט אויף זײן אײגענעם אופן אנגעהויבן שופינען חלומות און האפנונגען װי אזוי צו אויסנוצן דעם גינסטיקן מאמענט, מאנכע פאר פער־ זענלעכע פארבינדונג מיט ארץ ישראל און רי מערסטע האבן נאטירלעך בלױז געקלערט װעגן העלפן אנדערע זיך צו בא־ זעצן דארט װי חלוצים און בויער.
דײטשע קאמענדאנטור אין דראהיטשין (אין יעקב פוליגם הויז), װו שמואל פישמאן האט געװאלט גיין נעמען א דערלויבעניש צו פײערן די באלפור־דעקלאראציע... די בילד איז גענומען געווארן אין 1917.