Original scan
Original memorial-book scan 277
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1301

אינסטיטוציעם או ן פארטייען 273 געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציעס נוו־וזוד פודנת־ווצון פון צגי יצחק האפמאן 1890 ווען איך בין צוריקגעקומען פון אמעריקע קיין דרא־ היטשין האט מיך דער רב ר׳ מנחם ארײנגערופן צו זיך און דערצײלט, אז אין שטאט געפינען זיך א םך ארימעלײט און ווען, חלילה, עמיצער פון זיי ווערט קראנק, איז נישטא װער עס זאל זיי העלפן. דעריבער שלאגט מיר פאר דער רב אז איך זאל גרינדן א ״לינת־חצדק״. איך האב דעם פארשלאג אנגענומען. צום ערשט האב איך אײנגעקויפט פרוכטן, מאלינען וכדומד״ און האב עס איבערגעגעבן צו דער רביצין און זי האט עס אײנגעפרעגלט. און צו יעדן חולה ווען מען איז גע־ גאנגען מבקר חולה זי האט מען געטראגן א גלעזל אײנ־ געמאכט. דערנאך האב איך מםדר געװען, אז װען אײנער איז געװארן ניט געזונט, חלילד״ האב איך געשיקט צװײ מענטשן, אײנעם פון איץ זײט שטאט און דעם צװייטן פון דער צװײ־ טער זײט שטאט, צו זיצן בײם קראגקן. אלעס האבן זיך געמוזט משתתף זײן. אפילו דער רב האט געדארפט דינען א פאר־ טרעטער, ווען עס איז געװען זײן גורל צו נעכטיקן ביי א חולה. איך װיל דערמאנען דא אײניקע פאסירונגען װאם פון זײ קען מען זיך שאפן א שטיקל באגריף װאס דער ״לינת הצדק״ האט אויפגעטאן. אויף דער קאברינער גאם האט געװוינט אן ארימער בחור,

passage_9faa9e5e0a88b1faa7eae677
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1303-2281

א שופטער, און ער האט געדארפט חתונה האבן אין א דינ־ סטאג אװנט. אזוי װי ער האט געדארפט ענדיקן ביז צו דער חתונה אלע ״ארדערם׳׳, איז ער געשטאנען מוצאי שבת קודש ביז שפעט אין דער נאכט און געארבעט, געזען אז עס פעלט אים א געצײג צו דער ארבעט, איז ער צוריק צו א צווייטן שומטער צו בארגן די כלי. די מאמע זיינע האט געװארט אויף זיין צוריקקומען און אזוי װי ער האט זיך פארזאמט זייער לאנג איז זי ארויס אים זוכן. אריבערגײענדיק א בריקל האט זי געהערט װי אונטער דעם בריקל קרעכצט אימיצער און אז זי האט זיך צוגעקוקט האט זי דערזען אז איר זון ליגט אין גראבן. זי האט געמאכט א גװאלד, עס זענען זיך צוגויפגעלאפן מענטשן און מען האט דעם בחור ארויסגענומען פון גראבן און אװעקגעפירט אהײם. מען האט גלײך גערופן שמעון דעם רופא און נאך דרײ דאקטוירים פון די ארומיקע שמע ט און אלע האבן אים אפגעזאגט דאס לעבן. גאר שמעון האט געזאגט, אז פונדעםטװעגן זאל מען פרובירן אים אײנ־

passage_3feba278095431916ec77ac2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2283-3451

װיקלען אין רעדנעם, געװײקט אין קאלטן װאםער, אפשר װעט עס העלפן. שמעון האט בײ מיר געבעטן איך זאל אים צושטעלן 2 געזונט ע מענטשן, אז די זאלן שטימ בײ דעם בחור און בײטן די רעדנעם אל ע 10 מיגוט. האב איך געשיקט משה האנעלעם און בערל דעם שמיד. משה האט געהײסן בערלען לײגן זיך שלאפן און ער איז אלײן געשטאנען די גאנצע נאכט און האט געביטן די רעדנעס אל ע 5 מינוט. אזוי האט מען געביטן די נאסע רעדנעם 3 טעג, און געלויבט דעם אויבערשטן, דער בחור איז געזונט געװארן און ער האט שפעטע ר חתונה געהאט. אײנמאל, בערך אין יאר 1898 איז דאס געװען, אײדער שמאי הערשל דינעס איז אנטלאפן אזם ױם־טוב, איז אין די ארומיקע שטעטלאך אויסגעבראכן אן עפידעמיע פון חאלעריע, ר״ל. האט שמעון ׳דער רוםא געהײסן צוגרײטן בלעכן, כדי צו לײגן מיט הײסע װאסער צו די קראנקע און אויך װאנעם, װײל, מםתמא, האט מען מורא געהאט, װעט קײן דראהיטשין אויך קומען די קרענק. האב איך באשטעלט די בלעכן און װאנעם. און טאקע מיט עטליכע טעג שפעטע ר איז אויסגעבראקן די עפידעמיע, ר״ל. אבער ■מיר זײנען געזוען צוגעגרײט און די עפידעמיע האט ב״וה נישט געהאט קײן פאטאלע פאלגן.

passage_546089d0752efd26e477439c
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3453-4297

אפגעצאלט פאר די כלים האט מען צו געװיסע מאס מיט דעם װאם שמואל הערש, חנה רעשע׳ם א שװאגער, מארקעל, א חזן, איז צוריקגעקומען פון אמעריקע און די צװײטע טעג פסח האט ער געדאװנט און מען האט פארקויפט בילעטן האט מען מיט דעם געלט באצאלט די חובות פאר די בלעכן און די װאנעס, נאך א זאך האט די לינת־הצדק אײנגעפירט: אזוי װי מען האט געדארפט האבן אײז פאר די קראנקע, האב איך געדונגע ן גוים צו האקן אײז און געבראכט עס אין א לאדאװנע און יעדער ר,אט גענומען װיפיל ער האט געדארפט און האט ארײנגעװארפן אין א פושקעלע װיפיל ער האט גאר גע • קאנט. װען איך בין צוריקגעפארן קײן אמעריקע האב איך איבערגעגעבן די נשיאות פון לינת־הצדק צו הערשל חײם לעװ, דעם רימער. די תקנות פון ״לינת הצדק״ האבן מיר געקראגן פון מאלטשער רב, הגאון, ר׳ זלמן םנדר, זצ״ל.

passage_9a0724273ce7a903bb672c4f