Original scan
Original memorial-book scan 281
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1279

אינםטיטוציעם און פערטײלן 277 נמילות־חסדים לאה׳ס גמילות־חםדים אין דראהיטשין געשאפן תרפ״ז, 1927. אהרן אליה זיםוק האט געגעבן 500 דאלאר. פישל פון ניו־ יארק האט געלאזן אין זײן צװאנס 10 דאלאר. בסך הכל געזאמלט בססב דאלאר פארן גמילזת־חסדים אין דראהיטשין. 23טן פעברואר׳ 1928 אונזער איבערגעגעבענעם מיטן גאנצן הארצן בעסטן גוטן פרײנד ה׳ ישראל ברוך אײזענשטײן אין שיקאגא! שלום ורב טוב לו ולכל ב״ב יחיו ״ואדהבי עשיר רבים ^ ואח לצד הױלד״ ^ ם׳איז זײער א גרויסע מע ר אונטערשײד צװישן דעם רײכן גוטן פרײגנד, אנטקעגן דעם גוטן פרײנד, וועלכער העלפט דעם ארעמען נידערגע־ שלאגענעם מענטשן. אט דעם מענטשן, וועלכער קומט צו הילף דעם געדריקטען, האט טאקע שלמה המלך געקרוינט מיט דעם נאמען, וועלכער ם׳פאםט פאר אים, מיטן נאמען ״אח״, ברודער. מיר, וועלכע זײנען לעבעדיקע עדות פון אײער ארבעט אין דער צײט פון דער מלחמה און נאך דער מלחמה פאר דער זײער ארעמער ײדישער באפעלקערונג פון אײער גע־ בורטם־שטאט, און לעצטנס די גרעסטע און בעסטע טאט, װי די גרינדונג פון דער פאפולערער אינסטיטוציע ״גמילת־ חםד״, וועלכע העלפט צו דער עקזיםטענץ פון איבער 300 ארעמע געדריקטע פאמיליעס, אין אײער אלטער הײם — י משלי י״ד, כ׳. * משלי י״ז, י״ז. 2 פסוקים צונויפגעמישט.

passage_0632bcd820eed930d3ff5abf
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1281-2675

קענען די מיר אנדערש אייך רופן, װי דעם אונדּז אנגעזװיזענעם דורך שלמה המלך מיטן נאמען אח, ברודער און װען אפילו מיר קרוינען אייך מיט דעם נאמען ברודער, איז דאס, דעם אמת געזאגט, נאר א מקצת שבח, װארום, װעלכער, זאגאר א גוטער ברודער, איז אזוי איבערגעגעבן צו קומען צו הילף זײגם אן ארעמען ברודער, װי איר, אונזער שטאט־ברודער ז װאס פאר אן אױסזען װאלט אונדזער שטאט געהאט, װען ניט אייער אן אויפהערלעכער ארבעט, דאנקען אייך פאר אייער ארבעט, רעכענען מיר פאר איבעריק, װארום ניט אזעלכע עסקנים בצרכי ציבור באמונה, פארלאנגן פון מענטשן א דאנק. אויף אייך האבן שוין די חז״ל געזאגט: ״המלווה לעני בשעת דוחקו, על ױ נאמר אז תקר א וה׳ יעינה״, און ״הקב״ה ישלם שכרם״. מיר גריסן הערצליך אייער פאטער און בהודער ה׳ אליהו אײזענשטײן. באזונדער בעטן מיר, איבערגעבן א גרוס להרב ר׳ י. דוד גאלדמאן. השי״ת זאל אייך געבן געזונט, און פרנסה. / אײנלאדונג אויף א גמילות־חסדים זיצונג אין 1939 גמילות־חסדים־קאסע אין דראהיטשין דערמיט האבן מיר דעם כבוד אײנלאדן אייך אויף דער יעדלעכער אלגעמײנער פארזאמלונג פון דער ג״ח קאסע אין דראהיטשין־פאל. , װעלכע װעט פארקומען זונטיק דעם 6טן אויגוסט 1939 יאר אין לאקאל פון שולע ״מוריה״ 3 אזײגער נ. מ. מיט פאלגענדן טאג־ארדענונג.־ 1. ערעפענונג. 2. װאלן פון א פרעזידױם. 3. איבערלײענען דעם פראטאקאל פון דער פאריגער יער-

passage_c33114c9e11515113f785ff5
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2677-3360

לעכע אלגעמײנער פארזאמלונג 4. באריכט פון דער קאמיטעט דע ר טעטיקײט סו ן דער ג״ח קאסע פארן יאר 39־1938. 5. באשטימען אויפן לויפנדן יאר דעם בודזשעט פרעלי־ מינאר. 6. באשטימען פון א נײער פארוואלטונג און רעװיזיאנס קאמיסיע. 7. פרײע פארשלאגן. מיט אכטונג די פארוואלטונג ױשב ראש: איױי קיעק קאלענקאװיטש (מר א דאתרא). מיטגלידער: ולמן קאפלאן, חםיע װארשאװיסקי, משה שמואל װארשאװיםקי, משה פרעגער־שו״ב, דוד װארשאװסקי און ש. װאלעװעלסקי — סעקועטאר. ר׳ ישראל ברוך אײזענשטײן גיט צו, אז מלכה װארשאװסקי האט פיל געהאלפן דעם ״גמילותי־חסדים״ אין דראהיטשין. זען באריכט פון גמילות־חסדים אויף זײט 50 און 51.

passage_d6f7f2fd432475ccbb25848c