הורבןאוןאומקום 285 ערגעווען א טיפער קענער פון קבלה־דעם זוהר האט ער קײנמאל נישט ארויסגעלאזט פון האנט. יא׳ ר׳ הלל צייטלין איז געווען אזא טיפ בעל־תשובה׳ װאם ם׳איז בײם רײניקן טאג זעלטן צו געפינען • ר׳ הלל האט נישט געמאכט קײן געשעפט מיט זײן פרומקײט. עם האבן אויף אים געלויערט ר י״אגודה״׳ דער ״מזרחי״ און אנדערע רעליגיעזע פארטײען׳ װעלכע האבן זיך באמיט אים ארײנצונעמען אין זײערע רײען׳ אבער ר׳ תלל האט די אלע פרואװן אפגעװארפן. ר׳ הלל איז געווען איבער־אומפארטײאיש. ער האט זײער נישט ליב געהאט דעם שאכער־מאכער און פאליטישע מאכי־ נאציעס פון די פארטײען און באקעמפט זײער אפארטוניזם... הגם ר׳ הלל צייטלין׳ װי געזאגט׳ איז געווען א מיסטיקער׳ האט מיט זײן מוח געשװעבט אין די עולמות העלױנים׳ איז ער דאך מיט זײנע פים געשטאנען פעסט אויפ׳ן באדן. זײן אויג האט אלץ געזען׳ זיץ אויער איז געווען װאך׳ און ער דאט אויפגעכאפט יעדן מיגדםט ןשארך אין ײדישן לעבן. האלטנדיק דעם פולם (אלס פובליציסט) פון דעם געזעל־ שאפטלעכן ײדישן לעבן׳ האט ר׳ הלל רעאגירט מיט זים גאנצער קראפט אויף יעדע עוולה און אומרעכט׳ װאם די שיטארקע זײנען באגאנגען קעגן די שװאכע. ער האט זיך פאר קײנעם נישט געבויגן און אודאי נישט געזוכט צו גע־ פעלן װערן אימיצן מיט שײנע רײד; ער האט געהאט חניפה װי א ייד האט טריפה♦♦.
ר׳ הלל צײטלין האט געזאגט װאם ער האט געמײנט און געמײגט װאם ער האט געזאגט. ער האט קײנעם נישט נושא פנים געװען. ער איז געשטאנען װי אן אלטער דעמב (לויט זיץ הויכער פיגור׳ ברײטע פלײצעם און שטארק צעװאקםענע בארד און האר)׳ פעםט איינגעװארצל ט אין דער ערד׳ און קײן שטורעם־װינט האט אים נישט געקענט רירן פון ארט: ער איז געװען װי א פעלז בײם ברעג ים׳ װעלכן קײץ שום כװאליע (און כװאליעם זײנען גראד געװען א םך) האט נישט געקענט פארשװײנקען... ר׳ הלל צײטלין האט די לעצטע יארן נישט געזונגען זײנע לידער אין פראזע װי אין דער יוגנט׳ האט נישט געשריב ן קײן ״כונות ויחודים״׳ נאר ■האט געשריגן װי א פארװאונ דע־ טער לײב. זײן פעדע ר האט נישט געשריב ן מיט קי ץ טינט נאר מיט בלוט; ער האט געגאםן שטיקער הארץ אויפ׳ן פאפיר. יר׳ הלל צײטלין דער װיזיאנער האט געזען מיט יארן פריער די םכנ ה װאם רוקט זיך אן אויפ׳ן ײדישן פאלק און ער ר׳אט זיך צעשריגן מיט זיץ גאנצער ביטערקײט; — ״ײדן׳ ראטעװעט זיךו״ ״פארװאם שװײגן די יידישע פירער?!״ ״ײדן׳ אנטלויפט פון אײראפע!״ ר׳ הלל צײטלין איז געװארן דער ירמיהו פון אונזער צײט. ער האט געשלײדערט דעם ביטערן אמת אין פנים פון די ײדישע פארטײ־פירער׳ װעלכע זײנען אפט מע ר אויםן אײ־ גענער פארטיי־אינטערעסן איידער די טובה פון פאלק...
נישט קענענדיק צוקומען מיט זיץ װארט דירעקט צו די ײדישע מאסן דורך דער צײטונג אין װעלכער ער האט גע־ ארבעט (סיבות האבן נישט געפעלט) האט צײטלין אלײן געשריבן און ארויסגעגעבן צײטשריפטן, בראשורן, קונטרסים און ספרים (״דבר לעמים״, ״דממה וקול״, ״ספרן של יחידים״, ״די תיבה״, ״מיץ װארט״, ״װאס דארף ישראל טאן אין הײנטיקע צײטן פון חבלי משיח?״, ״די רײד פון ישעיהו בן אמוץ, װאם ער האט אמאל געזאגט און װאם ער װאלט הײנט געזאגט״, ״אלף״ א.א.) אין װעלכע ער האט גע־ שטורעמט און געװעקט דאס פאלק פון זיץ אפאטיע. צײטלין האט אויך צו דעם צװעק גערופֿן פארזאמלונגען, אויף װעלכע ער האט געלאזט הערן זײן שטימע פון װארנונג. נאך שטײט פאר מײנע אויגן דאס בילד. ר׳ הלל האט גע־ זאלט ארויםטרעטן אויף א גרויסער פאלקס־פארזאמלונג, װעלכע עס האט פאררופֿן זײן גרופע פארערע יחידים א.נ. ״כל ישראל״ אויף זאמענהאף גאם אין 1937. [דער שרײ־ בער פון די שורות איז געװען איינער פון די ארגאניזאטארן און פון די רעדנער אויף דער פארזאמלונג.] ר׳ הלל איז געװען אזוי איבערגענומען מיט דער לאגע, אז ער יהא ט מער נישט קײן כח געהאט װי אויסצושרײען; ״ײדן, רעטעװעט זיך!״ און איז צוריקגעפאלן אויף זיץ שטול אין אנמאכט... . ר׳ הלל איז געגאנגען זיץ אײגענעם װעג: טאקע א שװערן,
א הארטען׳ אבער ער איז אים געגאנגען אליץ׳ מוטיק און האפערדיק. ער האט דעם װעג דורכגעמאכט ביז צום םו ף צו־ זאמען מיט אלע ױינע ברידער ײדן: א װעג פון קידוש־השם און פון גבורה; א װעג פון קדושה און פון אײביקײט. ר׳ הלל האט געװיס געהאט די ברירה און די מעגלעכקײט אװעקצו־ גיץ׳ צו ראטעװען זיך׳ ער איז אבער געבליבן: װי ירמיהו הנביא װאם האט געשטראפט׳ גע׳מוםר׳ט און געבײזערט זיך אויף זײן:פאלק׳ אבער װען דאס זעלבע פאלק איז געגאנגען אין גלות האט ער געהאלפן מיטשלעפן דעם שװערן גלות־יאך. ר׳ הלל צײטלין האט געשריגן: ״ײדן׳ ראטעװעט זיך!״ און אלײן איז ער געבליבן׳ װײל דאס איז געװען צײטלין. א מענטש װי ר׳ הלל אנטלויפט ניט פון זײן פאזיציע. ער האט געזען און געפילט די אנקומענדיקע םכנה. ער האט געװארנט זײנע ברידער. זײ האבן אבער גישט געהערט. און צײטלין איז געגאנגען דעם זעלבן װעג װאס זײנע ברידער אמאל און הײנט: דעם װעג פון מארטירערטום׳ פון קידוש־השם... ר׳ הלל צײטלין איז אומגעקומען דורך די דײטשישע רוצחים אויף דעם אומשלאג־פלאץ אין װארשעװער געטא אויפ׳ן װעג קײן טרעבלינקע — ער ב ראשי־יחשנה, תש״יג׳ 1942. הי״ח ר׳ הלל׳ דערצײלט מען׳ איז געגאנגען דעם לעצטן קידוש־ השם־װעג אין טלית און תפילין און מיט א זוהר אונטערן ארעם... און אזוי איז ער אװעק אין דער אײביקײט... ר׳ הלל׳ס פרוי׳ אסתר׳ איז אומגעקומען אין א פריערדי־
קע ר אויםזידלונג־אקציע. הי״ד! די צייטלינ׳ס האבן געהאט צוויי זין און איין טאכטער: אהרן צייטיך־יין, בארימטער דיכטער, שריפטשטעלער און דראמאטורג, איז פעברואר 1939 געקומען מיט א וויזיט קיין ניו־יארק (צוליב דער אויפפירונג פון זיינער אפיעםע) און ער איז שוין דא פארבליבן און האט אזוי ארום געראטעוועט זיך פון די דייטשישע הארדעם... [אהרן איז היינט פון די הויפט־מיטארבעטער פון ״טאג־מארגען־זשורנאל״.] אהרנס פרוי, טאליא — טויבע־לאה (פערלמוטער) און זון צבי־דוב (הערש־בער) זענען אומגעקומען אין טרעבלינקע 1943. הי״ד! אל־יחנן צייטל־יין, באוואוסטער שריפטשטעלער, זשורנאליסט און רעדאקטאר פון ״אונזער עקספרעם״, איז געשטארבן