Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 293
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1007

חורבן פון אומקום 289 דיקע סאװעטישע זעלנער האבן זײ דערשאסן אין זײער װוי־ נונג אננעמענדיק, אז זײ האבן באגריסט די דײטשע אויס־ שפירער מיטן אויסרוף: קאמוניסטן קאפט: אין דער װירק־ לעכקײט האט באגריסט די דײטשע טאנקיסטן און זײ מכבד געװען מיט מילך װערמוסעס א שכן, א פאליאק מיטן נאמען מאליש. באדויערנדיק דעם טראגישן אומקום פון די װערמוסעס, האבן דראהיטשינער ײדן זיך דאך דערפרײט מיט די ידיעות װאס סאװעטישע זעלנער האבן פארשפרײט, אז ס׳איז גע־ לוגגען אפצושטויסן דעם דײטש ביז ביאלע פאדלאסק (עט־ לעכע צענדליק קילאמעטע ר נאך בריסק), און אז אין די נא־ ענטסטע שעות װעלן ליקװידירט װערן די רעשטלעך פון די דײטשע מיליטערישע אײנהײטן װאס געפינען זיך ארום שטעטל. דער אויםגאנג פון דער איבערשיסונג האט אלעמען זײער שטארק אנטוישט. פיל זײנען באהערשט געװארן פונם געפיל, אז מיט זײער פארבלײבן אין שטעטל זײנען זײ בא־ גאנגען א טראגישן טעות. דער טרויעריקער פארגעפיל האט זיך ׳לײדער, שנעל בארעכטיקט.

passage_5e4c34b726ea9c21aad32780
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1009-1928

אויפ צומארגנם, דעם 26טן יוני, האט מען אײן דרא־ היטשין, װי אין אלע אנדערע אקופירטע שטעטלעך, אנגעהײב־ ן כאפן מענטשן אלס זאקלאדניקעס. אינמיטן מארק האט מען אויסגעשטעלט עטליכע צענדליק צופעליק־געכאפטע ײדן און געדראט זיי צו דערשיסן אין פאל סיװעט געשען עפע ס א מכשול מיט די ארײנמארשירנדיקע דײטשע זעלנער אין שטעטל. די ארײנמארשירנדיקע זעלנער האבן דערװײל גרופעסװײז דורכגעפירט רעװיזיעס אין די ײדישע װוי־ נונגען (דראהיטשין איז געװען באװוינט אויסשליסלעך זזרך ײדן. קריסטן האבן געװוינט אין די פארשטעט: סטאראםיעלד און זאריטשקע). צו צװײ און צו דרײ האבן זיי באזוכט ײדישע װוינונגען און פרעגנדיק: .האסטו װאפע? פלעגן זיי צעעפענען געלט־קאסעס, שאפעס און טישקעםטלעך און צונעמען: געלט, זײגערלעך, לעדערנע מאנטלען, מלבושים, פארטפעלן, זײף און אלץ װאס הויבט זיך אן מיט אן אלף. די זאקלאדניקעס זײנען דעם זעלבן טאג באפרײט גע־

passage_3585618b5a9206f636714a11
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1930-3215

װארן, די רעװיזיעס און דער םיסטעמאטישער רויב האבן אבער ניט אויפגעהערט. טייל רעװיזארן פלעגן פרעגן: ביסט דו װידער און באקומענדיק א פאזיטױון ענטפער, פלעגן זיי ערשט אנהײבן צו פאקן די גרויסע פעקל און באפױלן די אײגנטימער מ׳זאל זײ צוטראגן אין זײער לאגער ארײן דעם דעראבערטע פארמעגן. אויפן װעג פלעגן זײ גוטמוטיק טרײסטן די ײדן: ״האט ניט קײן אעסט: אין 6 װאכן ארום װעלן מיר פארנעמען מאםקװע און דאן װעלן מיר שאפן א ײדנשטאאט אין םיביר״.. . םו ף ױני, עטלעכע טעג נאכן אקופירן דראהיטשין, איז געשאפן געװארן אין שטעטל א מאגיםטראט מיטן געװעזענע ם פוילישן נאטארױס טשאפלינסקי אלס בירגערמײםטער. די מערהײט באאמטע אין מאגיםטראט זײנען געװען רוסישע און זײ האבן אינטריגירט קעגן פוילישן בירגערמײםטער און קעגן דער שטאטישער פאליצײ, װאס איז באשטאנען פון פאליאקן. די קאנקורירנדע צדדים: דער פאליאק טשאפלינסקי און דער רוס קרײדיטש, האבן געהאט פיל ײדישע באקאנטע פארן קריג, פלעגן זײ פארזיכערן, אז אלע באמיאועע ן װערן געמאכט וװמידארף, ײדן זאלן ניט לײדן צוליב זײער ײדישקייט. די פאליאקן פלעגן זיך אבער קלאגן דערבײ, אז די רוסישע באפעלקערו ע איז זײער פײנטלעך צו די ײדן און די רוסים פלעגן דאס זעלבע דערצײלן װעגן דער פוילישער באפעלקערונג .

passage_2d165b73c19403a8edcdf370
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3217-3990

אינצװישן האט דער בירגעדמײםטער טשאפלינסקי דער־ קלערט אויף א מאסן־פארזאמלונג אין מארק, אז יידן זענען אוייםערן געזעץ, אז זיי מוזן אנקלעפן געלע מג ן'דוד׳ם אויף זײערע הײזער, און אננײען אזעלכע אויף זײערע בגדים, כדי מ׳זאל זיי דערקענען. די ײדן װעלכע האב ן געװוינט אין די דערפער ארום דראהיטשין, האט מען באפוילן זיך ארײנ־ קלײבן אין שטאט ארײן. מאטעלער און כאמסקער ײדן גע׳הרג׳עט מיט ה עק און קאםעם ■ — שהיטה אנגעפירט פון ארטיק ן גל ח אין דאר ף װיעטלע האבן קריסט ן ניט געװארט אויפן באפעל און אויסגעשאכטן די ײדישע משפתו ת וועלכע האבן דארט געװועט יארן־לאנג. נאר געצײלטע ײדן איז געלונגען ר׳ יעקב און מײטע ראזענשײן און זײערע טעכטער פון רעכטס: רבקה, חײטשע און טילע. אלע אומגעקומען, הי״ד!

passage_9163a21ccdb2ce6aecef21b5