חורבן און אומקום 291 צי עז זענען דראהיטשינער יידן בארויבט געווארן פון אזעלכע עלעמענטארע מענטשלעכע רעכטן ווי לערנען קינדער אין א שול׳ לייענען א צייטונג, הערן ראדיא־נײעס׳ באזוכן א בית־מרחץ׳ גיין אין גאס אויפן טראטואר׳ אריבערפארן פון איין ארט אין א צווייטן. שוין אויף דער צווייטער וואך איז בא 5 וילן געווארן, אז יידן זאלן טראגן א גרויסע געלאלאטע אויפן ברוסט און אויף דער פלײצע, כדי זיי זאלן קענטיק זײן פונדערװייטן. די מ^ ט האט אלץ געטאן כדי.צו װיתן די דראהיטשינער יידן, אז זיי האבן ניט אויף וואס צו האפן. טראץ דעם אלעמען האבן יידן דאך געהאפט, זײנען געגאנגען צו די וואלן װײלן א זעלבסטפארװאלטום װאם זאל דינען די אינטערעסן פון דער יידישער באפעלקערונג און זי ד גאר־גיט פארגעשטעלט אז דער געװײלטער ײדנראט װערט דורך די דײטשן פארװאנדלט אין א װערקצײג װאם װעט אויספירן זייערע אוגטערדריקונגס און פארניכטוגגס פלענער.
אויף דער זעלבסט־פארזאמלונג, װאם איז פארגעקומען אין גרױסן בית־המדרש, האבן דער אפטײקער משה שטײנבערג, דער מעכאניק ברוך קאפלאן (געבוירן אין װילנע) און פיל אנדערע זיך אפגעזאגט ארײנצוטרעטן אין ײדנראט און גע־ בעטן בײ די אװועזנדע מ׳זאל זײ נישט צװינגען דערצו. דא־ קעגן האבן פילע אנדערע געהאלטן, אז ם׳לוינט ארײנצוטרע־ טן אין ״עסק״, אז אויב שוין אין גלות בײ די דײטשן, איז גלײכער צו זײן א ײדנראטלעכער אײדער םת םא ייד . געװײלט זײנען געװארן אינעם ערשטן ײדנראט: ליטמאן פעלדמאן (פרעזעם): יעקב םידאראװ (װיצע פרע־ זעס, שוין אויף דער צװײטער װאך געװארן פרעזעס); װעלװל גאלדבערג; יצחק לעװינאװיץ; מנתם קאלענקאװיטש און ױםף קאברינסקי. צו די דערמאנטע זײנען שפעטע ר צוגעקומען און מיט דער צײט צוקאאפטירט געװארן; אברהם קראװיעץ; הערשל קאלאדני; לײבוש םליעפ; כלאװנע פיםעצקי און שלום מארגענטאלער. מיטגעארבעט אין ײדנראט אלם ראטגעבער האבן די צװײ ײדישע דאקטוירים. אין ײדנראט זײנען געװען בא־ שעפטיקט אלם אגגעשטעלטע; םעקרעטארן, שלוחים, בוכ־ האלטערן אדגל. דער יידן־עלטםטער האט באשטיומט א ײדישע פאליצײ, װעלכע האט מיטגעארבעט מיטן ײדנראט. די ערשטע ארבעט פון ײדנראט איז געװען אויפצוזאמלעװן די ערשטע קאנטריבוציע װאם איז ארויפגעלײגט געװארן
שרה קאפלאן־פיםעצקי, געבוירן אין רוזשינאי, געענדיקט א גימנאזיע אין סלאנים און אן אקושערן אינסטיטוט. געהייראט פאר שלמה פיםעצקי פון דראהיטשין, וואו זי האט פראקטיצירט אירע גאנצע יארן אלס אקושערין. שלמה איז געשטארבן אין 1915. שרה איז אומגעקומען אין 1942. זייער זון איזי האט זיך געראטעוועט, ר • וועלװל לײבעטשקעס און רחלע װאו ןאײניקלעך, הי״ד ! ר׳ װעלװל איז געװע ן א גרויסער מכניס־אורח און בעל־צדקה. אין זײן הויז פלעגן זיך שטענדיק אויפהאלטן אורחיס. אויף דראהיטשיגע רײדן: סנטויזנט רובל און 2 קילאגראם גאלד. דער באפעל איז געװען צוצושטעלן עס אין פארלויף פון 2 שעה. אין פאל ווען מ׳װעט עטװאם פארשפעטיקן װעלן אלע ײדן אומגעבראכט װערן. פונקט זײנען אין דעם טאג פון דער גזירה אנגעקומען קיין דראהיטשין פליטים פון שערע־ שאװ און דערצײלט װעגן זײער אומגליק, די טרויעריקע ידיעות און די שרעק פארן אײגענעם גורל האבן געװירקט און ײדן האבן אין די מינוטן געבראכט אין קהלה: גאלדענע זײגערלעך, רינגעלעך, בראנםלעטן און געלד װיפיל מ׳האט געפאדערט,
פונדאן אן האט דער ײדנראט זיך נהוג געװען צו זאמלע בע ת יעדער קאנטריבוציע, צװײפאכע און דרײפאכע ם,כומים ביי דער באפעלקערונג, כדי ער זאל האבן ביי זיך א רעזערװ פאר א שלעכטער צײט. דאם גלײכן ביי דער מאביליזירונג אויף ארבעט אין שטאט, הינטער דער שטאט, אדער אפילו אין ארבעטם לאגער, פלעגט דער יידנראט שטענדיק ארוים־ רופן מער ארבעטער װי ס׳האט זיך געפאדערט און אויםגוצן זײ צו זײן דיספאזיציע. אזוי װי די געלט־קאנטריבוציעם, פונקט װי קאנטריבוציעס אויף זאכן, מעבל און די מאבילי־ זירונג אויף צװאנגס־ארבעט איז געװארן א טאג־טעגלעכע דערשײנונג, האבן ײדן געװאלט, אז ײדנראטלער, ײדישע פא־ ליצײ און זײערע קרובים זאלן זיך אויך באטייליקן אינדעם און ניט באגנוגענען זיך נאר מיט נעמען ביי אנדערע — אפט מיט גװאלד — און מיט טרײבן אנדערע. די פרױוילעגיעס װאס ײידנראטלע ר און זײערע קרובים האבן זיך אליץ גענו־ מען, האט אלעמען אויפגערעגט קעגן זײ. מענטשן, וועלכע האבן אין פארלויף פון געצײלטע חדשים פארלארן זײער פארמעגן, זײערע זאכן, מעבל און דער עיקר דאס געזונט ביי שװערע ארבעט, האבן ניט געקענט מוחל זיץ די ײדנראטלע ר און די ײדישע פאליצײ, וועלכע פלעגן נאך יעדע ר קאגטרי־ בוציע רײכער װערן, נאך יעדע צרה — פעטע ר װערן. יידי־ ש ע פאליציאנט ן פלעג ן שיכור׳ן, הוליע ן און האנדלע ן מיט די גױישע פאליציאגטן.